בוימל

Oil


פֿון הערשל גלעזער

Published September 12, 2013, issue of September 27, 2013.

נישט לאַנג צוריק האָבן מיר געזען אין דער אינטערנעץ אַ מאַפּע, וואָס ווײַזט די גרענעץ צווישן די לענדער, וווּ דאָס הויפּטפֿעטס איז פּוטער (די צפֿונדיקע העלפֿט קאָנטינענט) אַקעגן די לענדער, וווּ ס’איז בוימל (די דרומדיקע העלפֿט). פֿאַרשטייט זיך, אַז וואָס נעענטער צום מיטל־ים, אַלץ מער עסט מען בוימל, אַלץ ווייניקער פּוטער; קי זענען דאָך אויכעט דאָ אַלץ ווינציקער. די דאָזיקע גרענעץ צעטיילט פֿראַנקרײַך אויף צוויי: אין צפֿון באָדט מען זיך אין פּוטער, בשעת אין דרום עסט מען בוימל אָן אַ שיעור.

איז בוימל זײער אָנגענומען, דערעיקרשט אין וואַרעמע לענדער. הײַנט פּראָדוצירט מען בוימל פֿון כּלערליי געוויקסן — זונרויזן, קוקורוזע, רעפּאַק/ריפּיצע (rapeseed/canola בלע״ז) אאַז״װ, אָבער בוימל מאַכט מען קודם־כּל פֿון איילבירטן/מאַסלינעס/אָליוון. ס׳איז דאָך נישט קיין טראַף, אַז פֿאַקטיש אין אַלע אייראָפּעיִשע לשונות נעמט זיך דאָס וואָרט פֿאַר ׳בוימל׳ טאַקע פֿונעם וואָרט פֿאַר ׳איילבירטן׳ אָדער פֿאַרקערט.

וואָס זשע זענען די שייכדיקע ווערטער? דאָס ענגלישע און פֿראַנצייזישע olive, דאָס דײַטשישע Olive, דאָס שפּאַנישע, פּאָרטוגאַלישע, איטאַליענישע, טשעכישע, רוסישע און אונגערישע oliva, דאָס פּױלישע oliwa און דאָס אוקראַיִנישע olyva נעמען זיך אַלע אין לעצטן סך־הכּל פֿונעם לאַטײַנישן oliva, וואָס דאָס נעמט זיך, ווידער, פֿונעם אַלט־גרעקישן elaiwā (הײַנט elia), וואָס איז, אַ פּנים, אַ לײַוואָרט פֿון אַ דרום־אייראָפּעיִש לשון פֿון פֿאַר די אינדאָ־אייראָפּעער (אַזוי ווי „ווײַן”).

אויף מאַמע־לשון זענען פֿאַראַן אַזש דרײַ סינאָנימען: איילבירט/איילביט/איילבערט, מאַסלינע, אָליוו(קע). „אָליוו(קע)” דעקט זיך, פֿאַרשטייט זיך, מיט די נאָר וואָס אויסגערעכנטע ווערטער; אין מאַמע־לשון האָט עס געקענט אַרײַן אָדער פֿון דײַטשיש, אָדער פֿון פּויליש, אָדער פֿון רוסיש און אוקראַיִניש. אפֿשר איז עס גאָר אַן אַלט וואָרט פֿון דײַטשישן קאָמפּאָנענט — אַז אויף דײַטשיש זאָגט מען Olive און אויף ייִדיש „אָליוו”, ד”ה, אַז ס’איז אָפּגעפֿאַלן דער e וואָרט־אויס, רעדט זיך בדרך־כּלל וועגן אַן אַלט וואָרט. לויטן ייִדישן שפּראַכאַטלאַס איז ס’וואָרט אויפֿגעוויזן אין גאַליציע (סײַ אין מערבֿ: אָשפּיצין אאַז”וו, סײַ אין מיזרח: לעמבעריק אאַז”וו), אין פּאָדאָליע, וואָלין און קאָנגרעס־פּוילן (וואַרשע, קנין).

„מאַסלינע”, ווידער, איז אַ לײַוואָרט פֿון סלאַוויש, מסתּמא פֿון אוקראַיִנישן maslyna; אויף רוסיש איז אויך פֿאַראַן maslina, און פֿון סלאַוויש (מסתּמא אויך אוקראַיִניש) איז אַרײַן אין רומעניש măslină. דאָס וואָרט איז אַ דעריוואַט פֿון maslo ‘פּוטער; (בלויז אויף רוסיש) בוימל, פֿעטס בכּלל’, וואָס, ווי מיר האָבן שוין געזען, נעמט זיך פֿון ‘mazat ‘שמירן’. ס’וואָרט איז אויפֿגעוויזן אין באַסאַראַביע, פּאָדאָליע און וואָלין.

דאָס אינטערעסאַנטסטע איז אַוודאי „איילבירט, איילביט, איילבערט”. אין מיטל־הויכדײַטשיש (אָבער, אַ פּנים, נישט אין הײַנטיקן דײַטשיש) איז פֿאַראַן ölber ‘בוימל־יאַגדע’; ביזן הײַנטיקן טאָג איז פֿאַראַן Ölbaum ‘איילבירטבוים’. די אָ פֿאָרמעס זענען אויפֿגעוויזן דער הויפּט אין קאָנגרעס־פּוילן (וווּרקע, קאַלעשין), ווי אויך אין גאַליציע (פּרעמיסלע). זענען זיך, הייסט עס, אויף מאַמע־לשון פֿאַרלאָפֿן צוויי טשיקאַווע פּראָצעסן: ס’איז צוגעקומען „ט”, וואָס ס’איז באַקאַנט אין פּוילישן ייִדיש — פֿאַראַן, אַ שטייגער, „אַליינט” ‘אַליין’ און „ליגנט” ‘ליגן (נישט אמת)’; פֿון „ע” (איילבערט) איז געוואָרן „י” (איילבירט), פּונקט דאָס פֿאַרקערטע פֿונעם געוויינטלעכן איבערגאַנג פֿון „י” אויף „ע” (למשל, ווען פֿון „ליכט” ווערט „לעכט”). די פֿאָרמע „איילביט”, אָן „ר”, איז אויך טיפּיש פֿאַר פּויליש ייִדיש.

דאָס לשון־קודשדיקע „זית” ‘איילבירט’ געפֿינט מען אינעם וואָרט „כּזית” ‘קלענסטע פּאָרציע שפּײַז וואָס דער תּלמוד באַטראַכט ווי עסן; קליין שטיקל’ (זען ניבאָרסקיס „ווערטערבוך פֿון לשון־קודש־שטאַמיקע ווערטער”). „זית” אַליין טרעפֿט זיך נישט אין מאַמע־לשון, נאָר גאָר אין שפּאַניש און פּאָרטוגאַליש: אַ סך אָפֿטער פֿונעם אויבן דערמאָנטן oliva טרעפֿט מען בײַ זיי aceituna/azeitona, וואָס וואַקסן פֿונעם אַראַבישן az-zeytuna ‘דער איילבירט’.

און בוימל ‘עסעוודיקער אייל’? ס’וואַקסט פֿונעם מיטל־הויכדײַטשישן boumöl ‘בוימאייל’, ווײַל מע קריגט עס פֿון געוויקסן; דאָס ייִדישע „אייל” דעקט זיך מיטן דײַטשישן öl און מיטן עלטערן ענגלישן ele (דאָס הײַנטיקע oil שטאַמט פֿון פֿראַנצייזיש). די אַלע ווערטער, ווי אויך דאָס פֿראַנצייזישע huile, דאָס איטאַליענישע און שפּאַנישע olio, דאָס פּאָרטוגאַלישע óleo, דאָס רומענישע ulei, דאָס טשעכישע און פּוילישע olej, דאָס אוקראַיִנישע oliya און דאָס אונגערישע olaj וואַקסן אַלע פֿונעם לאַטײַנישע oleum, וואָס ס’וואַקסט פֿונעם גרעקישן elaiwon — דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, דער זעלביקער שורש וואָס elaiwā ‘איילבירט’.

דאָס לשון־קודשדיקע „שֶמֶן” ‘בוימל’ איז פֿונעם שורש ש מ ן ‘פֿעט, דיק’. דאָס אַראַבישע az-zeyt ‘דער בוימל’, וואָס איז דער שורש פֿון az-zeytun ‘דער איילבירט’ און וואָס איז אַזוי ענלעך צום לשון־קודשדיקן „זית” ‘איילבירט’, איז דער אָבֿ פֿונעם טאָג־טעגלעכן שפּאַנישן און פּאָרטוגאַלישן aceite/azeite ‘בוימל’.

פֿאַראַן ווערטלעך מיט „אייל” און „בוימל”:

געל ווי בוימל, קלאָר ווי בוימל

ס’פֿעלט אים אייל/בוימל אין קאָפּ — ער האָט נישט קיין שׂכל

גיסן בוימל אויפֿן פֿײַער — פֿאַרערגערן

אַרויסקומען ווי בוימל אויפֿן וואַסער, דער אמת מוז אַרויס ווי בוימל אויפֿן וואַסער — אין לעצטן סך־הכּל געווינט דער אמת

אַז איינער זאָגט, אַז ער שעמט זיך, קען מען אָפּענטפֿערן: שמן (שעמען) איז בוימל

פּישן מיט בוימל — זײַן פֿרום איבער דער מאָס

וועגן אַ ביסל בוימל מאַכט מען אַזאַ גרויסן יום־טובֿ (חנוכּה)

גיס בוימל אויפֿן לאָמפּ כּל־זמן ער ברענט נאָך; שמיד כּל־זמן דאָס אײַזן איז הייס — טו עפּעס צו דער צײַט’