יהודית לוי האָט געטראָפֿן איר מאַן, ערב לוי, מיט איבער 40 יאָר צוריק אין אַ קוראָרט-האָטעל בײַ דער אָזערע קיאַמישאַ, שטאַט ניו-יאָרק. זײַענדיק אַ פּאָפּולערע זינגערין, האָט זי פֿאַרבראַכט די צײַט אינעם האָטעל-וועסטיבול, שרײַבנדיק בריוולעך צו פֿאַרשיידענע מענטשן. איר קומענדיקער מאַן איז צוגעקומען און געבעטן: „איך בין אַן עלנטער. קאָנט איר אָנשרײַבן מיר אַ בריוול?‟
ווען לוי — הײַנט שוין אַ 79־יאָריקע פֿרוי — האָט עס דערהערט, האָט זי זיך גלײַך פֿאַרליבט אין ערבן און פֿאַרבליבן מיט אים אויף אייביק צוזאַמען. דאָס פּאָרפֿאָלק האָט אויפֿגעהאָדעוועט דרײַ טעכטער. איצט האָבן זיי פֿינף אייניקלעך; לוי האָט ליב געהאַט זיי צו דערציילן, מיט אַ נאַטירלעכער חכמה און אַ חוש פֿון הומאָר, ווי אַזוי זי האָט זיך געטראָפֿן מיט איר מאַן.
ווען לוי איז געגאַנגען זיך לערנען אויף אַ שרײַבערישן קורס בײַם „אַטלאַנטישן אוניווערסיטעט‟ אין פֿלאָרידע, בערך מיט 30 יאָר צוריק, האָט זי באַמערקט, אַז נישט אַלע באָבעס זענען גוטע מעשׂה-דערציילערינס. אַ סך סטודענטן אינעם קורס האָבן געהאַט וואָס צו דערציילן זייערע אייניקלעך, אָבער נישט געוווּסט, ווי אַזוי מע זאָל עס טאָן, ווײַל זיי זענען נישט געווען שרײַבער.
דאָס האָט געבראַכט לוי אויפֿן געדאַנק אָנצושרײַבן איר בוך „די באָבע דערמאָנט זיך: אַ געשריבענער ירושה-אוצר פֿאַר מײַן אייניקל‟ („Grandmother Remembers: A Written Heirloom for My Grandchild‟). דער „בעסטסעלער‟ איז איבערגעזעצט געוואָרן אויף פֿינף שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט העברעיִש; 3 מיליאָן עקזעמפּלאַרן זענען שוין פֿאַרקויפֿט געוואָרן. הײַיאָר, איז אַרויס די נײַע יוביליי-אויסגאַבע, לכּבֿוד דעם 30סטן יאָרטאָג זינט דער ערשטער פּובליקאַציע פֿונעם בוך, אין שײַכות מיטן „טאָג פֿון זיידע-באָבעס‟, וואָס קומט דעם ערשטן מאָנטיק נאָכן אַמעריקאַנער „אַרבעט-טאָג‟. נישט יעדער ווייסט וועגן דעם דאָזיקן נאַציאָנאַלן יום-טובֿ; פֿאַר לוי שפּילט ער אָבער אַ גרויסע ראָלע.
נאָך דער הצלחה מיט איר בוך, האָט לוי אָנגעשריבן אַ גאַנצע סעריע אַנדערע פּאָפּולערע ווערק, וואָס העלפֿן די זיידעס און באָבעס צו דערציילן די אייניקלעך זייערע משפּחה-מעשׂיות. די מחברטע האָט דערקלערט, אַז זי האָט, בעצם, געשאַפֿן אַ „קינדער-בוך אויף קאַפּויער‟. ס׳איז אַן אילוסטרירטער אַלבאָם מיט ליידיקע ערטער פֿאַר פֿאָטאָגראַפֿיעס. אַנשטאָט אַ פֿאַרטיקן טעקסטן, שטעלט עס אָבער מיט זיך פֿאָר אַ ריי הקדמה-פֿראַזעס, וואָס העלפֿן די באָבעס צו פֿאַרשרײַבן דאָרטן זייערע אייגענע זכרונות.
די שרײַבערין האָט דערציילט דעם ענגלישן „פֿאָרווערטס‟, אַז ווען זי איז געווען אַ שילערין, פֿלעגט די לערערין העלפֿן די קינדער, ווען זיי האָבן נישט געוווּסט, וואָס צו שרײַבן, אָנצוהייבן אַן עסיי. מיט דער הילף פֿון אירע ביכער, קאָנען די זיידע-באָבעס זיך געבן אַן עצה צו באַשרײַבן זייערע לעבנס-דערציילונגען.
פֿאַרשטייט זיך, האָט לוי, וועלכע וווינט מיט איר מאַן זינט 1979 אין באָקאַ ראַטאָן, שטאַט פֿלאָרידע, אויסגעפֿילט אַ ווערסיע פֿון איר בוך פֿאַר יעדן פֿון אירע אייגענע אייניקלעך.
די שרײַבערין איז געבוירן געוואָרן אין באָראָ-פּאָרק, ברוקלין, אין אַ אָרעמער פֿרומער משפּחה. זי איז געווען די אַכטע צווישן צען קינדער, פֿינף ברידער און פֿינף שוועסטער. די ייִנגלעך זענען געגאַנגען אין ישיבֿה, אָבער די מיידלעך האָבן זיך געלערנט אין אַ מלוכישער שול. צוערשט, האָט די קומענדיקע שרײַבערין שווער געאַרבעט אויף אַ געפֿערלעך-הייסער פּלאַסטיק-פֿאַבריק, וווּ זי פֿלעגט זינגען בײַ דער אַרבעט. איר זינגען איז געפֿעלן געוואָרן די בעלי-בתּים פֿון דער פֿאַבריק, און זיי האָבן זי פֿאַרבעטן אויפֿצוטרעטן אויף אַ ניטל-וועטשערע. זי האָט מסכּים געווען, און אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן איר פּראָפֿעסיאָנעלע מוזיקאַלישע קאַריערע. הגם זי איז שפּעטער געוואָרן אַ שרײַבערין, זינגט זי נאָך אַלץ, פֿון צײַט צו צײַט, געוויינטלעך, בעת אירע רעדעס אין פֿאַרשיידענע אָרגאַניזאַציעס.
די מחברטע גיט כּסדר פּערזענלעכע עצות צו זיידעס און באָבעס, וואָס ווילן פֿאַרשרײַבן זייערע משפּחה-מעשׂיות און איבערלאָזן אַ רושם אינעם זכּרון פֿון זייערע אייניקלעך. לוי גלייבט, אַז אַזאַ טעטיקייט איז וויכטיקער, ווי די ביכער, וואָס זי האָט אָנגעשריבן. ס׳איז באַזונדערס וויכטיק, האָט זי צוגעגעבן, צו טאָן עפּעס צוזאַמען מיט די אייניקלעך.
למשל, האָט איר באָבע, אַ חסידישע פֿרוי מיט אַ שײַטל, אויסגעלערנט זי צו קאָכן אַ הינער-זופּ, ווען די קומענדיקע שרײַבערין איז געווען 7 יאָר אַלט. „שיט אַרײַן‟, פֿלעגט זי זאָגן אויף ייִדיש, נישט דערקלערנדיק קיין גענויעם רעצעפּט. „יעדעס מאָל, ווען איך קאָך אַ הינער-זופּ, שטייט די באָבע צוזאַמען מיט איר‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.