במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע פֿערציק יאָר, האָט די אָרגאַניזאַציע „ייִדישע אַרכיוון פֿון אָנטאַריאָ‟ געזאַמלט היסטאָרישע פֿאָטאָגראַפֿיעס וועגן דער אַקטיווער ייִדישער קהילה פֿון אָנטאַריאָ, קאַנאַדע.
לכּבֿוד איר 40סטן יאָר, פֿירט די אָרגאַניזאַציע איצט דורך אַן אויסשטעלונג פֿון 30 זעלטענע אימאַזשן פֿון די היסטאָרישע ייִדישע געגנטן, פּאָליטישן אַקטיוויזם און פּאָרטרעטן פֿון ייִדישע פּערזענלעכקייטן, //www.ontariojewisharchives.org/Anniversary_Exhibition.html. בעת אַן אינטערוויו מיטן Forward, האָט די קוראַטאָרין, דאַראַ סאָלאָמאָן, איבערגעגעבן איר וויזיע פֿון דעם פּראָיעקט.
„די ייִדישע קהילה אין טאָראָנטאָ איז הײַנט, אויף אַ סך אופֿנים, פּונקט אַזוי אַקטיוו, ווי מיט 25 יאָר צוריק,‟ האָט זי באַמערקט. „מער קינדער לערנען זיך אין די העברעיִשע טאָגשולן הײַנט ווי פֿריִער, און די שטיצע פֿאַר ישׂראל איז אומעטום. אַ צאָל פֿון די ערשטע סינאַגאָגעס אין צענטער שטאָט זענען לעצטנס ווידער אויפֿגעלעבט געוואָרן. דערפֿאַר האַלט איך, אַז ס׳איז געווען די ריכטיקע צײַט צו פֿאַרעפֿנטלעכן די בילדער פֿון אָנטאַריאָס פֿיל־פֿאָרביקער ייִדישער געשיכטע.‟
צווישן די רירנדיקע אימאַזשן: אַ מילכקראָם פֿונעם יאָר 1925; אַ 3־יאָריק ייִנגעלע בײַם „אָפּשער‟, און אַ ייִדישער סאָלדאַט פֿון יאָר 1946. דאָס באַליבטסטע בילד בײַ סאָלאָמאָן אַליין איז די רופּע ייִדן אין „די וואַרד‟ (The Ward), וואָס גייט צו תּשליך בײַם ברעג פֿון דער אָזערע אָנטאַריאָ. „די וואַרד‟ איז געווען איינער פֿון די ערשטע ראַיאָנען, וווּ די ייִדישע אימיגראַנטן האָבן זיך באַזעצט בײַם סוף פֿונעם 19טן יאָרהונדערט. „די פֿאָטאָגראַפֿיע כאַפּט אויף די אַטמאָספֿער פֿון יענער תּקופֿה, דורך די קליידער וואָס די ייִדן האָבן געטראָגן, בעת זיי האָבן דורכגעפֿירט דעם אַלטן מינהג,‟ האָט סאָלאָמאָן באַמערקט.
די אַרכיוון האָבן לעצטנס באַקומען אַ סובסידיע פֿון דער אָנטאַריאָ־רעגירונג איבערצומאַכן די וועבזײַט. ווען די נײַע וועבזײַט וועט אַרויסגעלאָזט ווערן, וועט די גאַנצע קאָלעקציע פֿון דער אָרגאַניזאַציע זיך געפֿינען אויף דער אינטערנעץ. „דאָס וועט מאַכן אונדזער זאַמלונג אַ סך מער צוטריטלעך,‟ האָט סאָלאָמאָן געזאָגט. „מיר האָפֿן, אַז די OJA־וועבזײַט וועט ווערן דער הויפּט־מיטל פֿאַר מענטשן פֿון יעדן עלטער, וועלכע זוכן זייערע ייִדישע וואָרצלען אין אָנטאָריאָ: תּלמידים אין אַן עלעמענטאַר־שול; יונגע לײַט, וועלכע פֿאָרשן די געשיכטע פֿון זייערע באָבע־זיידעס; דערוואַקסענע וואָס ווילן אויספּלאָנטערן זייער גענעאָלאָגיע, אָדער עלטערע לײַט, וועלכע ווילן זיך דערמאָנען אין די אַלטע, גוטע צײַטן.‟
די וועבזײַט וועט דערמעגלעכן די מענטשן פֿון איבער דער וועלט צוצוקומען צו די מער ווי 50,000 פֿאָטאָגראַפֿיעס, 300 בעל־פּה־געשיכטעס און הונדערטער פֿילמען און אַנדערע מאַטעריאַלן, וואָס דאָקומענטירן דאָס ייִדישע לעבן אין אָנטאַריאָ פֿון די ערשטע יאָרן ביז הײַנט.
די אויסשטעלונג וועט דויערן ביזן 3טן אָקטאָבער 2013.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.