צווישן די זאַכן, וועלכע ווילן בשום-אופֿן זיך ניט לייגן אויף מײַן בידנעם שׂכל, פֿאַרנעמט אַן אָרט אויך די געשיכטע אַרום דעם טראַגישן סוף פֿון ראַול וואַלענבערג. פֿאַר וואָס היט מען אין מאָסקווע דעם סוד פֿון זײַן פּטירה? אַזוי צי אַזוי, אָבער ביזן הײַנטיקן טאָג האָדעוועט די רוסישע רעגירונג דעם עולם מיט כּלערליי באָבע-מעשׂיות וועגן דעם, וואָס איז כּלומרשט געשען מיטן שוועדישן דיפּלאָמאַט זינט דעם מאָמענט, ווען ער איז אין יאַנואַר 1945 אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט פֿון די סאָוועטישע אָפֿיצירן פֿון דער מיליטערישער געהיים-דינסט „סמערש‟ (דער נאָמען שטאַמט פֿון דעם רוסישן פֿולן נאָמען „טויט די שפּיאָנען‟).
ווי מיר געדענקען, זײַנען אַ דאַנק וואַלענבערגס העראָיִשער טעטיקייט געראַטעוועט געוואָרן ביז אַ הונדערט טויזנט אונגאַרישע ייִדן. פּרטים פֿון זײַן טעטיקייט בלײַבן פֿאַרנעפּלט, בפֿרט: מיט וועמען האָט ער מיטגעאַרבעט? וועמענס שליחות האָט ער אויסגעפֿירט? מע טענהט, אַז ער האָט געקענט זײַן פֿאַרבונדן אי מיט די שוועדישע, אי מיט די אַמעריקאַנער, אי מיט די בריטישע, אי מיט די דײַטשישע און מיט די סאָוועטישע געהיים־דינסטן. וועגן דעם זײַנען שוין אָנגעשריבן געוואָרן טויזנטער זײַטלעך טעקסטן אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן.
אין אייניקע קוואַלן (ס’איז שווער צו זאָגן, אויף וויפֿל זיי זײַנען פֿאַרלאָזלעך) ווערט דערמאָנט אויך דער נאָמען פֿון זלמן ווענדראָף, וועגן וועלכן מיר איז שוין עטלעכע מאָל אויסגעקומען צו שרײַבן סײַ אויף ייִדיש און סײַ אויף ענגליש (זען, אַ שטייגער, דעם באַנד „לקט: ייִדישע שטודיעס הײַנט‟).
ווענדראָף, אַ סאָוועטיש-ייִדישער זשורנאַליסט און שרײַבער, האָט אין די 1920ער יאָרן געאַרבעט ווי דער מאָסקווער קאָרעספּאָנדענט פֿון „פֿאָרווערטס‟. שפּעטער איז אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד געווען געפֿערלעך צו זײַן אַמאָל פֿאַרבונדן מיט אויסלאַנר, בפֿרט מיט אַזאַ אַנטי-סאָוועטישער אויסגאַבע ווי דער „פֿאָרווערטס‟. דאָך, האָט ווענדראָף אין די 1930ער יאָרן בשלום איבערגעלעבט די רדיפֿות פֿון סטאַלינס תּקופֿה. אָבער נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה האָט מען אים, שוין אַ בן-שיבֿעים, פֿון דערסטוועגן אַרעסטירט און אין משך פֿון עטלעכע יאָר אָפּגעהאַלטן אין אַ תּפֿיסה.
טענהן טאַקע אייניקע פֿאָרשער פֿון וואַלענבערגס געשיכטע, אַז אַ געוויסע צײַט איז ווענדראָף געווען פֿאַרשפּאַרט צוזאַמען מיט וואַלענבערגן. די דאָזיקע געשיכטע האָט דערציילט איינער אַבֿרהם קאַלינסקי, וואָס איז שפּעטער, אין יאָר 1952, געזעסן אין איין קאַמער פֿון דער וולאַדימירער תּפֿיסה מיט ווענדראָף, אָדער ווענדאָרווסקי — אַזוי האָט געקלונגען זײַן אמתער נאָמען.
איך דערמאָן דאָס אַלץ מחמת דער פּרעזינדעט באַראַק אָבאַמאַ איז אויך געוואָרן אַ ביסל פֿאַרבונדן מיטן ענין וואַלענבערג. בשעת זײַן אַנומלטיקער נסיעה קיין שוועדן, האָט ער באַזוכט דעם וואַלענבערג-דענקמאָל. בײַם באַזוכן דעם שטאָקהאָלמער בית-הכּנסת, האָט דער פּרעזידענט זיך באַקענט מיט דער 92־יאָריקער האַלבער שוועסטער פֿון וואַלענבערג, וועלכע האָט אים געבעטן, ער זאָל העלפֿן, סוף-כּל-סוף, אויסצופּועלן בײַ די רוסן אַן אמתדיקע אינפֿאָרמאַציע וועגן איר ברודער. און באַראַק אָבאַמאַ האָט איר צוגעזאָגט, אַז ער וועט עס טאָן.
צוריק גערעדט, זײַנען איצט די באַציִונגען צווישן מאָסקווע און וואַשינגטאָן אָנגעשטרענגט געוואָרן, בפֿרט צוליב סיריע, און ס’איז שווער צו גלייבן, אַז דער רוסישער צד וועט וועלן עפּעס טאָן פֿאַר באַראַק אָבאַמאַס טובֿה וועגן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, אַז זיי האָבן עס ניט געטאָן אַפֿילו אין די גוטע צײַטן, ווען אַ שטיקל ליבע האָט געצאַפּלט צווישן ביידע צדדים. עס מיינט, אַ פּנים, אַז עפּעס אַ געוואַלדיקע מיאוסקייט איז פֿאַרבונדן מיט דעם ענין, אַזאַ מיאוסקייט, אַז אַפֿילו נאָך איבער זיבעציק יאָר עפֿנט זיך ניט אויף בײַ דער רוסישער רעגירונג דאָס מויל צו אַנטפּלעקן דעם אמת.
לויט דער אָפֿיציעלער סאָוועטישער און אויך רוסישער ווערסיע, איז וואַלענבערג געשטאָרבן פֿון אַ האַרץ-אַטאַקע דעם 17טן יולי 1947. אָבער סקעפּטיקער האַלטן, אַז מע האָט אים אומגעבראַכט. פֿאַראַיאָרן האָט דער שוועדישער אויסערן-מיניסטער, קאַרל בילדט, געזאָגט, אַז אַ צאָל פֿראַגעס בלײַבן ניט געענטפֿערט אין דער אָפֿיציעלער רוסישער דערקלערונג. גלײַכצײַטיק, זאָגן די רוסישע פֿאָרשטייער, אַז זיי האָבן שוין אַלץ אַנטפּלעקט וועגן וואַלענבערגס גורל און אַז קיין סודות זײַנען מער ניט פֿאַרבליבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.