אונדזערע אָבֿות אין די פּרעהיסטאָרישע צײַטן האָבן געהאַט, קען מען זאָגן, אַ שווער לעבן. אויב זיי האָבן קינדווײַז איבערגעלעבט די קראַנקייטן און מגפֿות אָן אַ שיעור, אויב זיי זײַנען ניט אויסגעגאַנגען פֿון הונגער און דורשט, ניט געוואָרן פֿאַרסמט פֿון אומבאַקאַנטע געוויקסן, ניט געהרגעט פֿון פֿײַנדלעכע שבֿטים, ניט אויפֿגעפֿרעסן געוואָרן פֿון ווילדע חיות, האָבן זיי סײַ ווי, אין בעסטן פֿאַל, זיך שווער געמוטשעט, איידער זיי זײַנען יונגערהייט געשטאָרבן.
אָבער איין זאַך איז געווען גרינג פֿאַר זיי: באַשליסן וואָס צו טאָן. אין יענער צײַט האָט מען דאָך ניט געהאַט צו פֿיל ברירות: עסן, שלאָפֿן, לויפֿן — שוין. אַז מען האָט שוין געהאַט אָפּגעגעסן גענוג און מ׳איז נאָך ניט געווען צו אויסגעמאַטערט פֿונעם יאַגד, האָט מען געקענט הערן אַ מעשׂה אַרום דעם פֿײַער, אָדער אפֿשר ראָמאַנסירן אַ ביסל מיטן מיידל פֿון יענער זײַט בלאָטע. ווײַל ס’איז מסתּמא געווען נאָר איין מיידל אינעם זעלביקן עטלער; און כאָטש זי האָט געהאַט אַ הויקער און אַ נאָז, ווי אַ קאַרטאָפֿל, געשאָלטן מיט טויטע קללות, האָט מען קיין ברירה ניט געהאַט, ווײַל קיין אַנדער מיידל איז פּשוט ניט געווען.
נאָר מיטן אויפֿקום פֿון דער אַגריקולטור און דער ציוויליזאַציע האָט די מענטשהייט באַקומען מער ברירות. עטלעכע טויזנט יאָר האָט מען נאָך שווער געאַרבעט פֿאַרן שטיקל ברויט, אָבער ס’איז כאָטש געווען מער ווי איין זאַך צו עסן (ברויט, למשל), און מער ווי איין מיידל אָדער בחור, וואָס האָבן געוווינט אינעם זעלביקן שטעטל. ס׳איז געקומען די צײַט, און מ׳איז געפֿאַלן אויף אַ נײַער המצאה: שרײַבן! האָט מען שוין געקענט זיך אונטערהאַלטן מיט ליטעראַטור און טעאַטער, און אַנדערע זאַכן, וואָס זײַנען ווייניקער בלוטיק ווי גלאַדיאַטאָר־קאַמפֿן אָדער מענשלעכע קרבנות.
דער אַרטיקל שטעלט ניט פֿאַר זיך דעם ציל צו דערציילן די גאַנצע קולטור־געשיכטע פֿון דער מענטשהייט, אָבער ס’איז גענוג צו זאָגן, אַז אונדזערע ברירות האָבן מיט דער צײַט זיך פֿאַרפֿילפֿאַכט אויף אַן עקספּאָנענטאַלן אופֿן. מיט דער אינטערנעץ און די הײַנטיקע אָנדראָטיקע פֿאַרבינדונגען (WiFi), קען מען הײַנט אומעטום זען, הערן און לייענען כּמעט אַלצדינג, וואָס ס׳איז דאָ אויף דער וועלט: אַלע מײַסטערווערק פֿון דער וועלט־ליטעראַטור, די בעסטע פֿילמען פֿון די גרעסטע רעזשיסאָרן, די שענסטע סימפֿאָניעס פֿון די באַרימטסטע קאָמפּאָזיטאָרן. אָבער ווי קלײַבט מען אויס? און עס דאַכט זיך, אַז ס׳רובֿ מענטשן קלײַבן אויס אַנדערע זאַכן.
מע וואָלט געמיינט — און אַזוי טעאָריזירט די עקאָנאָמישע וויסנשאַפֿט — אַז וואָס מער ברירות, איז אַלץ בעסער פֿאַרן מענטשן: מער ברירות מיינט בעסערע, און צווישן זיי קען מען אויסקלײַבן די סאַמע בעסטע. אין אַמעריקע איז דער דאָזיקער פּרינציפּ געוואָרן אַ טייל פֿון דער נאַציאָנאַלער אידעאָלאָגיע: מער ברירות מיינט מער פֿרײַהייט. אַזוי הערט מען כּסדר אין די רעקלאַמעס און פּאָליטישע רעדעס — אַפֿילו דער צד וואָס שטיצט דאָס רעכט פֿון פֿרויען צו מאַכן אַבאָרטן, האָט זיך אַ נאָמען געגעבן „פּראָ־ברירה‟.
אָבער געבן מער ברירות איז ניט דווקא אַ טובֿה פֿאַרן קונה. דער מענטש קען נאָר נעמען אין באַטראַכט אַ באַגרענעצטע צאָל ברירות, כּדי אויסצוקלײַבן צווישן זיי אויף אַ ראַציאָנעלן אופֿן. אַז דער אויסוואַל איז צו גרויס, ווערט ער מבֿולבל, נערוועז, צעמישט — ער ווייסט ניט וואָס צו טאָן. די פֿירמעס ווייסן, ווי אַזוי אויסצוניצן זײַן צעמישטקייט, ער זאָל אויסקלײַבן ניט מיט זײַן אייגענעם שׂכל, נאָר אַזוי ווי עס זאָגן אים אונטער די „עקספּערטן‟. צווישן אַ סך אַזעלכע ברירות — למשל, צווישן די פֿאַרשיידענע טעלעפֿאָן־ און קאָמפּיוטער־מאָדעלן — איז ניטאָ קיין ממשותדיקער אונטערשייד, די גרויסע „פֿאַרשיידנמיניקייט‟ דינט נאָר צו פֿאַרבלענדן דעם קונה.
נאָך ערגער פֿילט זיך קונה נאָך דער קניה. עס עקבערט אים אין מוח: אפֿשר האָט ער ניט אויסגעקליבן דאָס בעסטע? אפֿשר האָט מען אים אָפּגענאַרט? וואָס מער ברירות, אַלץ גרעסער זײַנען זײַנע דערוואַרטונגען, אַלץ שווערער איז צו באַשליסן, און אַלץ מער ווערט ער אַנטוישט מיט דעם וואָס ער האָט, סוף־כּל־סוף, אויסגעקליבן.
געוויסע פֿירמעס פֿאַרשטייען שוין, אַז דער מענטש לעבט באַקוועמער, ווען ער האָט ווייניקער ברירות און זיי מאַכן אים גרינגער די אַרבעט פֿון באַשליסן. די קייט שפּײַזקראָמען „סוחר דזשאָו‟ (Trader Joe’s), למשל, שטעלט אַרויס צום פֿאַרקויף אַ באַגרענעצטן אויסוואַל פּראָדוקטן, וואָס זײַנען כּמעט אַלע ביליק און פֿון אַ רעלאַטיוו גוטער קוואַליטעט. דער קונה דאַרף ניט נעמען אין באַטראַכט 15 פֿאַרשיידענע מינים פּאָמידאָרן־סאָוס און אויסזוכן דעם „סאַמע בעסטן‟, נאָר צווישן די 2־3 סאָרטן וועט ער געפֿינען, וואָס ס׳וועט אים געפֿעלן ווערן. די פֿירמע „עפּל‟ טוט דאָס זעלבע מיט קאָמפּיוטערס (כאָטש אַ סך טײַערער): אַ באַגרענעצטער אויסוואַל פֿון אַ גוטער פּראָדוקציע. און עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז די קונים, ספּעציעל די יונגע, כאַפּן זיך צו צו „עפּל‟ און צו „סוחר דזשאָו‟, ווי צו אַ געשמאַקן נאַש.
די זעלבע פּראָבלעם פֿון צו פֿיל ברירות האָט דער הײַנטיקער יונגער דור, וואָס שייך שידוכים. מען קען זיך הײַנט באַקענען ניט בלויז מיט יענעם מיידל פֿון „יענער זײַט בלאָטע‟, אָדער מיט די עטלעכע צענדליק קראַסאַוויצעס וואָס האָבן געוווינט אינעם זעלביקן שטעטל, נאָר אויך מיט הונדערטער מיליאָנען איבער דער גאַנצער וועלט. אויף פֿאַרשיידענע שידוכים־וועבזײַטלעך קען מען זען פֿיל טויזנטער „פּראָפֿילן‟ פֿון מענער און פֿרויען און אויסקלײַבן נאָר יענע, וואָס האָבן גרינע אויגן אָדער וואָס רעדן עסקימאָסיש — אָדער לויט וואָסערע קריטעריעס מע זאָל ניט אַרײַנקלאַפּן.
די זעלביקע לאָגיק ווי מיטן פּאָמידאָרן־סאָוס מאַכט שווערער דאָס אויסזוכן אַ זיווג. ווי אַזוי קען מען דען וויסן, אַז דווקא יענע, וואָס מע האָט געפֿונען, איז טאַקע די „בעסטע‟ און די פּאַסיקסטע צווישן די טויזנטער מעגלעכקייטן? אַפֿילו נאָך אַלע זוכענישן לאָזט דער דאָזיקער ספֿק איבער אַ ביטערן טעם און נעמט אַוועק אַ סך פֿונעם פֿרייד פֿון באַקענען זיך מיט נײַע מענטשן.
די מענטשהייט נייטיקט זיך הײַנט אין אַ „סוחר דזשאָו‟ פֿאַר יעדן געביט פֿונעם מאָדערנעם לעבן: עמעצער וואָס זאָל נעמען אויף זיך די אַרבעט אַדורכצוזוכן די טויזנטער ברירות און אויסצוקלײַבן די בעסטע פֿון פֿאָרויס: וואָסער קאָנצערט צו הערן, וואָסער פֿילם צו זען, וואָסער בוך צו לייענען — און מיט וואָסער מיידל אָדער בחור צו גיין. ווײַל אָן דער דאָזיקער הילף וואַלגערט מען זיך אין אַ וועלט פֿון אומבאַגרענעצטע מעגלעכייקטן און מען האָט שטענדיק דעם חשד, אַז מע גייט אויפֿן פֿאַלשן וועג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.