די פּראָדוצירער פֿון דער נײַער דראַמע „שטיסל‟, וואָס האָט אָנגעהויבן שפּילן דעם זומער אויף דער ישׂראלדיקער קאַבל־סטאַנציע YES, זענען צופֿרידן, וואָס די פּראָגראַם איז זייער פּאָפּולער, אָבער נישט באמת פֿאַרחידושט.
די סעריע שפּיגלט אָפּ דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן פֿון אַ חרדישער משפּחה אין דער געגנט „מאה־שערים‟. ס׳איז אָבער נישט קיין מעשׂה וועגן די פּראָבלעמען פֿונעם חרדשין לעבן־שטייגער; פֿאַרקערט, די רעליגיעזקייט פֿון די העלדן ווערט בכלל נישט באַטאָנט. קיינער פּרוּווט נישט צו אַנטלויפֿן פֿון דער פֿרומער וועלט.
די סיבה, פֿאַר וואָס די פּראָגראַם איז געוואָרן אַזוי באַליבט אין ישׂראל און אין אויסלאַנד איז, ווײַל די קאַפּיטלען מאָלן אויס אוניווערסאַלע טעמעס וועגן דעם לעבן, ליבע און פֿאַרלוסט; דער סיפּור־המעשׂה איז רירנדיק אָנגעשריבן, און די העלדן ווערן געשפּילט פֿון טאַלאַנטירטע אַקטיאָרן.
„׳שטיסל׳ ווײַזט אונדז אַ צווייטע זײַט פֿון דער חרדישער קהילה, וואָס ווערט זעלטן געוויזן אין די נײַעס אָדער אין דער מעדיאַ בכלל,‟ האָט באַמערקט יוסף ווײַנשטאָק, אַ סעקולערער ייִד פֿון הרצליה.
נאָך לאַנג איידער די פּראָגראַם האָט דערגרייכט דעם ברייטן עולם, האָבן די מנדבֿים שוין פֿאַרשטאָנען, אַז זי איז פֿון אַ גוטער קוואַליטעט. „די געשיכטעס און די פּסיכאָלאָגישע אַנטוויקלונג פֿון די העלדן זענען אויסערגעוויינטלעך,‟ האָט דערקלערט שׂרה דרוקער, דירעקטאָרין פֿונעם „פֿילם־און־טעלעוויזיע פּראָיעקט פֿון דער אַבֿי־חי פֿונדאַציע‟, וואָס האָט, בשותּפֿות מיטן „גשר מולטי־קולטורעלן קינאָ־פֿאָנד‟ אינוועסטירט 90,000$ צו פּראָדוצירן די סעריע.
„מיר אַלע קענען זיך אינדענטיפֿיצירן מיט די פּאַרשוינען,‟ האָט דרוקער געזאָגט. „לויט אונדזערע קריטעריעס, דאַרף אַ געראָטענע מעשׂה אָפּשפּיגלען דאָס ייִדישע לעבן אויף אַ צוציִיִקן, נישט־אַפּאָלאַגעטישן, סאָפֿיסטיצירטן אופֿן.‟
די פּראָגראַם קאָנצענטרירט זיך אויף אַ משפּחה מיטן נאָמען שטיסל (אַ נאָמען וואָס די שרײַבער יהונתן אינדורסקי און אורי אלון האָבן געבאָרגט פֿון אַ פּאָפּולערן רעסטאָראַן בײַ די חרדים אין ירושלים). דער הויפּט־העלד, שלום, פּרוּווט זיך שטעלן אויף די פֿיס נאָך דער פּטירה פֿון זײַן פֿרוי — בפֿרט נאָך דעם ווי די תּלמוד־תּורה, וווּ ער איז יאָרן לאַנג געווען אַ לערער, האָט אים געצוווּנגען זיך צו פּענסיאָנירן.
שלומס עלטסטע טאָכטער, גיטי, מוז זיך אַן עצה געבן, נאָך דעם ווי איר מאַן האָט זי און זייערע קינדער פֿאַרלאָזט. דער קינסטלערישער מזוניק, עקיבֿא, זוכט דערווײַל סטראַטעגיעס ווי אויסצומײַדן דעם דרוק פֿון די שידוכים, בעת ער חלומט חתונה צו האָבן מיט אלישבֿע, אַ יונגע אַלמנה שוין צום צווייטן מאָל, וועלכע איז אַליין נישט זיכער, אויב זי וויל ווידער חתונה האָבן.
איינע פֿון די פּראָדוצירער פֿון דער פּראָגראַם, דיקלה ברקי (באַרקײַ), האָט אויך פּראָדוצירט די פּאָפּולערע טעלעוויזיע־סעריע „סרוגים‟ וועגן יונגע ירושלימער ייִדן, וועלכע זענען דתי־לאומי (מאָדערן־פֿרום און ציוניסטיש־געשטימט). זי און אירע שותּפֿים בײַ „שטיסל‟ האָבן פֿאַרבעטן דעם באַקאַנטן פֿילם־רעזשיסאָר אַלון זינגמאַן, הגם ער אַליין האָט נישט געהאַט קיין דערפֿאַרונג מיט טעלעוויזיע־פּראָגראַמען. „זיי האָבן געוואָלט, אַז איך זאָל דווקא צוגעבן אַ מער קינעמאַטאָגראַפֿישן עפֿעקט צו ׳שטיסל׳,‟ האָט זינגמאַן באַמערקט.
דאָס פֿילמירן איז נישט תּמיד געגאַנגען גלאַטיק, האָט זינגמאַן דערציילט. דעם ערשטן טאָג זענען די פֿילם־אַרבעטער אַרויסגעטריבן געוואָרן פֿון מאה־שערים, נאָך דעם ווי איינע, אַ פֿרוי, האָט געהאַלטן אין מיטן גרימירן אַן אַקטיאָר, אַ מאַנסביל.
פֿון דעמאָלט אָן האָט זינגמאַן אַרײַנגעבראַכט אין מאה־שערים בלויז די מענער־אַקטיאָרן, אָנגעטאָן אין גאַנצן חסידיש. „מיר האָבן אויך געניצט אַ באַהאַלטענע קאַמערע, אָדער געשטאַנען אין אַ בנין, ווען מיר האָבן פֿילמירט די אַקטיאָרן אויף דער גאַס,‟ האָט זינגמאַן געזאָגט.
זינגמאַן און די אַקטיאָרן האָבן געקראָגן ייִדיש־לעקציעס, כּדי צו פֿאַרשטיין און ריכטיק אַרויסצורעדן די טיילן פֿונעם דיאַלאָג, וואָס ווערן געזאָגט אויף ייִדיש, און זיי האָבן אויך פֿאַרבראַכט עטלעכע שבתים מיט משפּחות אין מאה־שערים, געגעסן מיט זיי און געגאַנגען מיט זיי אין שיל.
אילת זורער, די האָליוווּד־אַקטריסע, וועלכע שפּילט אלישבֿע (איר פֿריִערדיקע ראָלע איז געווען ווי די ביאָלאָגישע מאַמע פֿון „סופּערמאַן‟ אינעם פּאָפּולערן פֿילם Man of Steel), האָט געזאָגט, אַז זי איז גליקלעך, וואָס זי האָט אָנגענומען די ראָלע פֿון דער פֿרומער אַלמנה. „ס׳האָט מיר געוויזן, אַז די פֿרומע ייִדן זענען נישט דווקא אַזוי אַנדערש פֿון אונדז,‟ האָט זי געזאָגט.
„שטיסל‟ וועט אין גיכן אָנקומען קיין צפֿון־אַמעריקע דורך Go2Films, באַגלייט מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.