מײַן ערשטער פּאַטענט

My First Patent


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published September 17, 2013, issue of October 11, 2013.

איך האָב איבערגעלייענט, אַז דעם 12טן סעפּטעמבער איז אין סאַן-פֿראַנציסקאָ געשטאָרבן ריי דאָלבי, דער מענטש, מיט וועמענס נאָמען איז פֿאַרבונדן דער באַגריף פֿון „דאָלבי-סיסטעם‟, קאָנסטרויִרט צו רעגולירן די קוואַליטעט פֿון רעקאָרדירטע קלאַנגען, בפֿרט אין פֿילמען. איך האָב ריי דאָלבין פּערזענלעך ניט געקענט, ניט געהאַט די זכיה, און ער האָט, בלי-ספֿק, קיין אַנונג ניט געהאַט וועגן מײַן עקזיסטענץ. אָבער ער האָט יאָ אָפּגעשפּילט אַ ראָלע אין מײַן לעבן.

אין יאָר 1969, ווען נאָך דער מיטלשול איז געשטאַנען די פֿראַגע, וווּ זיך ווײַטער לערנען, האָב איך אויסגעקליבן דעם פֿאַקולטעט פֿון עלעקטראָניק. דעמאָלט האָט דאָס וואָרט „עלעקטראָניק‟ געקלונגען זייער עקזאָטיש אין מײַנע אויערן. בפֿרט נאָך, אַז איך האָב לחלוטין גאָרנישט ניט פֿאַרשטאַנען אין אַזעלכע זאַכן, ווי עס אַרבעט דער ראַדיאָ, צי די טעלעוויזיע. אָבער איך האָב אַרויסגעוויזן גוטע פֿעיִקייטן אין מאַטעמאַטיק, און עמעצער האָט מיר דערקלערט, אַז מאַטעמאַטיק און עלעקטראָניק זײַנען, אין תּוך אַרײַן, שוועסטערקינדער. דערצו איז אויף עלעקטראָניק געווען אַ גרויסער קאָנקורס, אַ סך העכער, איידער אויף אַנדערע אינזשענערישע פֿאַכן. דער נסיון איז געווען שטאַרק.

הקיצור, בין איך געוואָרן אַ סטודענט פֿון עלעקטראָניק און שטודירט עס אין משך פֿון פֿינף יאָר. אמת, ניט נאָר עלעקטראָניק האָב איך אין די יאָרן געמוזט לערנען. בעת-מעשׂה האָט מען מיך, ווי אויך אַלע אַנדער, אויסגעשולט אויף אַן אָפֿיציר פֿון דער סאָוועטישער אַרמיי. מיר האָבן אויך באַהערשט די געשיכטע פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי און די יסודות פֿון דער מאַרקסיסטיש-לענינישער פֿילאָסאָפֿיע און עקאָנאָמיע, ווי אויך פֿון „וויסנשאַפֿטלעכן קאָמוניזם‟. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם „וויסנשאַפֿטלעכן אַטעיִזם‟ און אַנדערע אַזעלכע ביז גאָר „ניצלעכע‟ זאַכן. איך האָב אויך פֿון מאָל צו מאָל געאַרבעט אין אַ פֿאַבריק, אויף אַ בויוּנג, און אַפֿילו אין אַ צירק. אָבער דער עיקר, פֿאַרשטייט זיך, — עלעקטראָניק.

צום סוף, איז געווען אַזאַ זאַך: יעדער איינער האָט געמוזט אָפּאַרבעטן דרײַ יאָר דאָרטן, וווּהין די מלוכה האָט דעם „יונגן ספּעציאַליסט‟ געשיקט. די בילדונג, העכערע בתוכם, האָט מען דאָך אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד באַקומען אומזיסטע, און אויף אַזאַ אופֿן, דורך אָפּאַרבעטן דרײַ יאָר, האָט מען געמוזט זיך צעצאָלן מיט דער מלוכה. דעמאָלט איז טאַקע שאַרף אַרויסגעקראָכן מײַן ייִדישקייט, ווײַל מיט עלעקטראָנישע ענינים האָבן זיך, בדרך-כּלל, באַשעפֿטיקט מיליטערישע אָדער כּמו-מיליטערישע אונטערנעמונגען, און זיי האָבן ניט געוואָלט אַפֿילו הערן וועגן ייִדן, מחמת די ייִדן האָט מען צו יענער צײַט, נאָך דער זעקס-טאָגיקער מלחמה אין מיטל־מיזרח, שוין ניט געהאַלטן פֿאַר באַזונדערס פֿאַרלאָזלעכע בירגער. האָט מיך אַרויסגערופֿן דער דעקאַן פֿון מײַן פֿאַקולטעט, זייער אַן אָנשטענדיקער מענטש, און מיר געזאָגט בזה-הלשון:

„לאָמיר רעדן אָפֿן. דו ווייסט דאָך און פֿאַרשטייסט דעם מצבֿ. ס’איז דאָ נאָר איין אָרט, וווּ מע וועט דיך נעמען.‟

דאָס „אָרט‟ האָט אויך געאַרבעט אויף מיליטער, געמאַכט נאַוויגאַציע-סיסטעמען. אָבער עס האָט דערצו געהאַט אַ „ציווילן‟ אָפּטייל, וועלכער האָט קאָנסטרויִרט און אויסגעאַרבעט רעקאָרדירקעס אָדער, ווי מיר האָבן עס גערופֿן, מאַגנעטאָפֿאָנען. דאָרטן האָב איך געדאַרפֿט אָפּאַרבעטן מײַנע מוז-יאָרן (אין דער אמתן, האָט מען מיך אָפּגעלאָזט פֿריִער). אָבער נאָך איידער איך האָב פֿאַרענדיקט זיך לערנען, האָב איך שוין דאָרטן פֿאַרבראַכט עטלעכע חדשים; דאָס האָט געהייסן „דיפּלאָם-פּראַקטיק‟.

מײַן אָנפֿירער איז געווען זייער אַ סימפּאַטישער מענטש, אַניקין איז געווען זײַן משפּחה-נאָמען. ער האָט מיר פֿאָרגעלייגט צו שרײַבן מײַן דיפּלאָם-אַרבעט וועגן דער פֿאַרבעסערונג פֿון קלאַנג-קוואַליטעט פֿון רעקאָרדירקעס. דאָס איז געווען אַ פּראַקטישע אַרבעט, ווײַל פּונקט אין דער צײַט האָט מען קאָנסטרויִרט אַ נײַעם מאָדעל פֿון רעקאָרדירקעס, וואָס איז דערנאָך, אונטערן נאָמען „וועסנע‟, געוואָרן גאַנץ פּאָפּולער אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. קאָנסטרויִרט האָט מען עס אַזוי: מע האָט אַרײַנגעקוקט אין די יאַפּאַנישע און האָלענדישע „פּראָטאָטיפּן‟ און געפּרוּווט זיי נאָכצומאַכן, נוצנדיק די ביז גאָר באַגרענעצטע מעגלעכקייטן פֿון דער סאָוועטישער אינדוסטריע. ווי אַ פּועל-יוצא, האָט מען געדאַרפֿט זײַן שאַפֿעריש אין דעם נאָכמאַכן די אויסלענדישע מוסטערן. בין איך אויך געווען „שאַפֿעריש‟, אויף אַזוי ווײַט, אַז מײַן שעף, אַניקין, האָט מיר געזאָגט: „פֿון דעם קען מען מאַכן אַ פּאַטענט‟.

אַזוי האָב איך באַקומען מײַן ערשטן פּאַטענט פֿון אַ מין „דאָלבי-סיסטעם‟. שפּעטער האָב איך געהאַט ניט ווייניקער פֿון אַ טוץ אַנדערע פּאַטענטן, אָבער זיי האָבן מיר ניט געבראַכט אַזוי פֿיל נחת און געלט, ווי יענער ערשטלינג. צו דער צײַט, ווען דער פּאַטענט איז אָפֿיציעל אָנגענומען געוואָרן, האָב איך שוין געוווינט אין מאָסקווע, ווײַט פֿון יענער פֿאַבריק. מײַן ווײַב און איך האָבן פּונקט געהאַלטן בײַם קויפֿן אונדזער ערשטע קאָאָפּעראַטיווע דירה און זיך שטאַרק גענייטיקט אין געלט. און פּלוצעם איז אָנגעקומען אַ פּאַפּירל, איך זאָל קומען אויף דער פּאָסט און באַקומען זייער אַ היפּשע סומע געלט, וואָס איז כּמעט גענוג געווען צו קויפֿן מעבל אין דער דירה. דאָס זײַנען אָנגעקומען די געלטער פֿאַר מײַן פּאַטענט.