העראָיִן פֿאַר „מלווה־מלכּה‟

Heroin After Shabbos

צוויי יונגע־לײַט מיטן זעלבן נאָמען — זשעק זײַבאַק און דזשעק זײַבאַק — זענען צווישן די פֿאָרמעל-באַשולדיקטע נאָרקאָטיק־הענדלער
NYPD
צוויי יונגע־לײַט מיטן זעלבן נאָמען — זשעק זײַבאַק און דזשעק זײַבאַק — זענען צווישן די פֿאָרמעל-באַשולדיקטע נאָרקאָטיק־הענדלער

Published September 18, 2013, issue of October 11, 2013.

דעם 10טן סעפּטעמבער, האָט די ניו־יאָרקער פּאָליציי פֿאָרמעל באַשולדיקט פֿינף מענער, וועלכע האָבן געהאַנדלט מיט העראָין און אַנדערע נאַקראָטיקן אינעם ברוקלינער ראַיאָן שיפּסהעד־ביי. נישט געקוקט אויף דעם קרימינעלן כאַראַקטער פֿון זייער עסק, האָט די געכאַפּטע חבֿרה יונגע־לײַט, פֿון 24 ביז 38 יאָר אַלט, שטרענג געהיט שבת; ווי זיי האָבן געוואָרנט זייערע קליִענטן אין די טעלעפֿאָן־מעלדונגען, האָט דער האַנדל זיך אָפּגעשטעלט פֿרײַטיק 7:30 פֿאַרנאַכט און זיך ווידער געעפֿנט מוצאי־שבת, 8:15. נאָכן הייליקן יום־המנוחה, האָבן די קונים געהאַט בלויז 45 מינוט אין אָוונט צו קויפֿן די סחורה. אין זייערע מעלדונגען, האָבן זיי דערמאָנט פֿאַרשיידענע מינים סחורה מיט ספּעציעלע קאָד־ווערטלעך. למשל, די אַברעוויאַטור „DOB‟, וואָס מיינט אויך אַ געוויסן פּסיכאָדעלישן שטאָף, האָט בײַ זיי געמיינט העראָיִן. קאָקאַיִן האָט אויף זייער הענטשקע־לשון געהייסן „דאָס ווײַסע מיידל‟.

די נאַרראָטיק־הענדלער זענען באַשולדיקט געוואָרן אין אַ צאָל אַנדערע פֿאַרברעכנס. ווען די פּאָליציי האָט זיי אַרעסטירט בעת אַן אָבלאַווע דעם 20סטן אַפּריל, האָט מען בײַ זיי געפֿונען אַן אומלעגאַלן פּיסטויל און אַמוניציע, 900 דאָזעס פֿון העראָיִן, 335 פּילן פֿון אָקסיקאָדאָן און אַנדערע אָפּיִאַטן, ווי אויך קאָקאַיִן. די אַגענטן, וועלכע האָבן געפֿירט די אויספֿאָרשונג פֿון די קרימינעלע געשעפֿטן, האָבן צוגעטראַכט אַ צונעמעניש פֿאַר זייער אָפּעראַציע: „בלויז נאָכן זון-פֿאַרגאַנג‟ („Only After Sunset‟).

די פּרעסע האָט איבערגעגעבן, אַז די אַרעסטירטע הייסן: דזשעק זיבאַק, 28 יאָר אַלט; דזשעק זײַבאַק — אַן אַנדער 25־יאָריקער יונגערמאַן מיטן זעלבן נאָמען; עדואַרד סאָרין, 38 יאָר; דוד געראָוויץ, 37 יאָר; און פֿיליפּ מאַנדעל, 25 יאָר. אַחוץ די דערמאָנטע פֿאַרברעכנס, ווערן זיי אויך באַשולדיקט אינעם צוגנבֿענען ליידיקע בלעטלעך פֿאַר מעדיצינישע רעצעפּטן, וועלכע זיי האָבן אויסגענוצט, צוזאַמען מיט אַנדערע אומלעגאַלע מיטלען, כּדי צו קריגן 23,000 נאַרקאָטישע פּילן, וואָס קאָסטן בערך 460,000 דאָלאַר אויפֿן שוואַרצן מאַרק.

די פּאָליציי האָט באַשטעטיקט, אַז אַ סך פֿון די צוגעגנבֿעטע רעצעפּט־בלעטלעך קומען פֿונעם „מעדיצינישן צענטער אויפֿן נאָמען פֿון מאָנטעפֿיאָרע‟ אין דער בראָנקס. אַחוץ פֿאַרשיידענע פּילן, האָבן זיי פֿאַרקויפֿט 819 אַמפּולן מיט באַזונדערע העראָיִן־דאָזעס אויף אַ סומע פֿון 8,500 דאָלאַר. נאָך איין יונגערמאַן, דער 30־יאָריקער אַהרן דאָמבראָף, איז אויך פֿאַרדעכטיקט אין שײַכות מיט נאַרקאָטיק־פֿאַרברעכנס, אָבער נישט געווען דערמאָנט אין דער הײַנטיקער פֿאָרמעלער באַשולדיקונג.

ענדרו כּ״ץ, וועלכער וווינט לעבן דער דירה אויף דער בעדפֿאָרד־עוועניו, וווּ די פֿאַרדעכטיקטע האָבן געפֿירט זייער געשעפֿט, האָט געזאָגט, אַז פֿאַר אים איז עס נישט קיין גרויסער חידוש, ווײַל ער האָט כּסדר געזען פֿאַרשיידענע מענטשן אַרײַנקומען צו זיי; ממילא, האָט ער חושד געווען, אַז אין דער דירה טוען זיך צווייפֿלהאַפֿטיקע מעשׂים. כּ״ץ האָט זיך אָבער פֿאַרחידושט, אַז די נאַרקאָטיק־הענדלער זענען שומרי־שבת.

די צײַטונג „דיילי־ניוז‟ האָט איבערגעגעבן, אַז סאָרין האָט זיך אָפּגעזאָגט זיך מודה צו זײַן, מאַנדעל זיצט אין תּפֿיסה, און די אַנדערע דרײַ זענען אויף קויציע און וועלן געמישפּט ווערן אין עטלעכע וואָכן אַרום.

אויפֿן סמך פֿון „ייִט״אַ‟