ס׳רובֿ מענטשן ענטפֿערן אויף זייערע אייגענע מחשבֿות און ניט אויף יענעמס מיינונגען.
פֿראַנסואַ לאַראָשפֿוקאָ
סטערעאָטיפּן, מײַנע דאַמען און הערן, זײַנען אַ מאָדנע זאַך — אַזאַ מין קלעפּיקע פֿאָלקסטימלעכע מסכּנה פֿון אַ ביליקער װערטער־סחורה. מע קען זיך אָנהערן בשפֿע װעגן דער דײַטשישער זױבערקײט און דעם רוסישן שיכּרות, װעגן דער פֿראַנצײזישער אײַנגעשפּאַרטקייט, װעגן דער ציגײַנערישער נטיה צו גניבֿה, און אַזױ װײַטער. מיט די ייִדן איז אַ ביסל אַנדערש, די סטערעאָטיפּישע כאַראַקטעריסטיקעס פֿון ייִדן נעמען אין זיך אַרײַן אַ גאַנצע פּאַליטרע פֿון פֿאַרשײדענע שטריכן — פֿון אױסערלעכע, אַז אַלע ייִדן האָבן לאַנגע נעז, ביז די מאָראַלישע, אַז אַלע ייִדן זײַנען קאַרגע געלטרױבערס, פֿאַררעטערס, גיריקע בלוטזױגערס, פּאַטאַלאָגישע פֿאַרפֿירערס; אַז אַלע ייִדענעס זײַנען שטענדיק קראַנק, אַלע ייִדישע קינדער װילן ניט עסן… מיט אײן װאָרט, װאָס אין דער קאָרט, מיט אַ װעגעלע בײַ דער זײַט.
אַ סטערעאָטיפּ איז אַ מיאוסע זאַך; מע קלעפּט אים צו און מע טראָגט אים געזונטערהײט. קײן זאַך װעט אײַך שױן ניט העלפֿן, איר קענט טענהן, װי צו דער װאַנט, אַז אַ סך דײַטשישע גאַסן זײַנען שמוציקער װי די מאַרק־גאַסן אין קאַבול, אַז ס’רובֿ רוסן בכלל טרינקען נישט, אַז ס’רובֿ ייִדן האָבן קלײנע נעזלעך… װאָס־װער־װען… פֿאַרפֿאַלן!
די אַלע סטערעאָטיפּישע כאַראַקטעריסטיקעס האָבן מיר דערמאָנט אַן אַלטן אַנעקדאָט װעגן צװײ ייִדן, װעלכע זיצן, כ’בעט איבער אײַער כּבֿוד, מיט אַראָפּגעלאָזטע הױזן און אײנער זאָגט דעם צװײטן: „חײם, אױף דיר זיצט אַ גרינע פֿליג!‟ — „װאָס װילסטו זאָגן דערמיט?… אַז איך בין טינוף?‟ — „חס וחלילה, כ’װיל גאָרניט זאָגן, נאָר אַ פֿליג װעסטו דאָך ניט אָפּנאַרן‟.
דער אַלטער אַנעקדאָט איז מיר געקומען אױפֿן שׂכל אין שײַכות מיט אַ רײ נײַע און אַלט־נײַע אַרטיקלען װעגן דער ראָלע פֿון שפּאַניע אין ראַטעװען ייִדן בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה. די דײַטשן אַלײן און צװישן זײ די שרעקלעכסטע פֿאַרברעכערס — הערמאַן הערינג און אַדאָלף יאָרגען, ימח־שמם־וזכרם, האָבן געטענהט, אַז דײַטשלאַנד האָט פֿאַרשפּילט די מלחמה, װײַל היטלער, ימח־שמו־וזכרו, גלײַך נאָכן פֿאַרכאַפּן פֿראַנקרײַך, האָט זיך אָפּגעזאָגט צו אַנעקסירן שפּאַניע, און װײַטער צו אָקופּירן גיבראַלטאַר און אָנהײבן די איװאַזיע אין אַפֿריקע.
דאָס זעלבע שרײַבט װינסטאָן טשערטשיל אין זײַנע מעמואַרן: „אױב היטלער װאָלט פֿאַרכאַפּט גיבראַלטאַר, װאָלטן די רעזולטאַטן פֿון דער מלחמה געװען גאָר אַנדערע‟. גערענאַל פֿראַנקאָ, דער שפּאַנישער דיקטאַטאָר, האָט פּשוט אָפּגעזאָגט היטלערן דורכצולאָזן זײַנע אַרמײען דורך שפּאַניע, און בכלל געפֿאָדערט פֿון דײַטשלאַנד, אַז גיבראַלטאַר זאָל איבערגעגעבן װערן שפּאַניע. די אײנציקע טרעפֿונג פֿון דעם „װילדן פֿירער‟ און דעם „קאַודיליאָ‟ איז פֿאָרגעקומען סוף אָקטאָבער 1940 אין אַ קלײן שטעטל ענדײַע אױף דער פֿראַנצײזיש־שפּאַנישער גרענעץ.
די עדות פֿון יענער טרעפֿונג און די היסטאָריקער שרײַבן, אַז דער „װילדער פֿירער‟ האָט צען שעה נאָך אַנאַנד געפֿאָדערט פֿון דעם „קאַודיליאָ‟, אַז יענער זאָל דורכלאָזן די דײַטשישע אַרמײען צו פֿאַרכאַפּט גיבראַלטאַר, — „מיר װעלן איבערפֿירן אונדזערע טאַנקען אױפֿן אַפֿריקאַנישן ברעג און גײן װײַטער אױף מיזרח‟. און דער „קאַודיליאָ‟, נאָר װי אַ פּאָפּוגײַ, האָט צען שעה געהאַלטן אין איבערחזרן די אײן און אײנציקע פֿראַזע: „די טאַנקען װעלן פֿאַרזונקען װערן אין זאַמד‟.
די עדות פֿון יענער טרעפֿונג שרײַבן, אַז נאָך דער טרעפֿונג איז דער „פֿירער‟ געװאָרן װילד משוגע און האָט געזאָגט צו זײַן סװיטע: „מיט אַזעלכע פּאַרשױנען האָבן מיר ניט װעגן װאָס צו רעדן. איך פֿיל, אַז ער איז אַ ייִד! ער האָט אַ ייִדישע מאָרדע! איר האָט געזען זײַן ייִדישע נאָז?…‟ אַ נאָז אַהער, אַ נאָז אַהין, נאָר אָנהײבן זיך שלאָגן מיטן גענעראַל פֿראַנקאָ האָט דער „װילדער פֿירער‟ ניט געהאַט קײן מוט. אַגבֿ, נאָך דער אָקטאָבער־טרעפֿונג מיט די „ימח־שמוניקעס‟, האָט פֿראַנקאָ כאַראַקטעריזירט די דײַטשישע דעלעגאַציע און דעם „פֿירער‟ גופֿא װי „אומדערצױגענע װילדע משוגעים‟.
איצט מאַכט אַ פּשוטן חשבון… פֿראַנקרײַך האָט פֿאַרטײדיקט איר פֿרײַהײט אַזש צװעלף טעג, די ליבעראַלע בעלגיע און נאָרװעגיע האָבן אַרײַנגעלאָזט די דײַטשן צו זיך מיט די צעפּראַלטע הענט. די נאָרװעגיער האָבן געהיט זײער גרענעץ מיט דער נײטראַלער שװעדיע נאָר מיט אײן ציל, אַז קײן אײן נאָרװעגיער ייִד זאָל חס־וחלילה ניט אַנטלאָפֿן אין דער נײטראַלער שװעדיע, און זײ אַלײן, די נאָרװעגיער רעגירונג, מײן איך, אָן אַ באַפֿעל, אָן אַ ביטע פֿון די דײַטשן האָבן אָפּגעשיקט די נאָרװעגיער ייִדן אין די קאַצעטן אױף דער פּױלישער טעריטאָריע. עס איז דען אַ חידוש, אַז נאָך דער מלחמה האָט קײן אײן לעבעדיק געבליבענער נאָרװעגיער ייִד זיך ניט אומגעקערט קײן נאָרװעגיע, אַהײם, הײסט עס.
גאַנץ אַנדערש איז געװען די לאַגע מיט די ייִדן אין שפּאַניע. דער דיקטאַטאָר פֿראַנקאָ האָט געראַטעװעט פֿון דעפּאָרטאַציע קײן אױשװיץ 5,000 סאַלאָניקער ייִדן און דערלױבט זײ צו לעבן אין שפּאַניע. דער דיקטאַטאָר פֿראַנקאָ האָט געראַטעװעט פֿון בערגען־בעלזען 1,600 ייִדן. די שפּאַנישע אַמבאַסאַדאָרן אין אונגערן, רומעניע, גריכנלאַנד און װישי־פֿראַנקרײַך האָבן באַקומען אינסטרוקציעס צו גיבן אַן אַרײַנפֿאָר־װיזע אין שפּאַניע יעדן ייִד, װעלכער װעט נאָר בעטן. פֿון 1940 ביז 1945 האָבן טויזנטער אײראָפּעיִשע ייִדן באַקומען פּאָליטיש־בירגערלעכע שטיצע אין שפּאַניע.
איך בין זײער װײַט פֿון סימפּאַטיזירן דעם ברוטאַלן דיקטאַטאָר פֿראַנקאָ, װעלכער האָט אומגעבראַכט טױזנטער און טױזנטער אײגענע בירגער. פֿראַנקאָ האָט סאַנקציאָנירט דאָס גרינדן פֿון דער „װאָלונטאַרישער „בלױער דיװיזיע‟, װעלכע האָט פֿון סוף 1941 געקעמפֿט קעגן דער רױטער אַרמײ הינטער לענינגראַד, און אין 1943 איז צוריקגערופֿן געװאָרן קײן שפּאַניע. די „בלױע דיװיזיע‟ האָט פֿאַרלױרן 5 טויזנט מענטשן; 8 טויזנט פֿאַרװוּנדעטע, און אַרום צװײ הונדערט געפֿאַנגענע. אַזױ צי אַנדערש, נאָר שפּאַניע איז געװען אײנע פֿון די עלף לענדער אױף דער גאַנצער װעלט, װעלכע, אָפֿיציעל, האָבן ניט אָנטײל גענומען אין דער צװײטער װעלט־מלחמה. שפּאַניע האָט אָפּגעהיט די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט אַלע לענדער פֿון דער אַנטי־היטלעריסטישע קאָאַליציע (אַחוץ סאָװעטן־פֿאַרבאַנד) און אַפֿילו דערקלערט אַ מלחמה יאַפּאַן. עס װײַזט אױס, אַז ס’איז גאָר ניט פּשוט צוקלעפּן צו שפּאַניע אַ װעלכע ניט איז סטערעאָטיפּישע עטיקעטקע.
אַגבֿ, װעגן גענעראַל פֿראַנקאָס „ייִדישן ייִחוס‟… פֿראַנקאָס ביאָגראַפֿן האַלטן, אַז פֿון זײַן מוטערס צד שטאַמט ער פֿון דער גרױסער רבנישער משפּחה פּאַרדאָ. מיט אײן װאָרט, די גאַנצע געשיכטע מיט שפּאַניע און איר ראָלע אין דער צװײטער װעלט־מלחמה איז אַזױ פֿאַרפּלאָנטערט, אַז איך װײס ניט װאָס כ‘זאָל טאָן — זיך פֿרײען אָדער װײנען?…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.