ווייניקער ווי אַ חודש איז געבליבן צו די פּרעזידענטישע וואַלן אין אַזערבײַדזשאַן, און דערפֿאַר זעט מען דעם פּרעזידענט אילכאַם אַליִעווס שמייכל אויף די בילדער, צעהאָנגען איבער דער גאַנצער שטאָט.
אַליִעוו באַהערשט זײַן לאַנד שוין זינט דעם יאָר 2003, און ער וועט כּמעט זיכער ווידער דערוויילט ווערן. אויב יאָ, וועט די שליטה פֿון דער אַליִעוו־משפּחה שוין האָבן דערגרייכט איר 30סטן יאָר. אַליִעווס טאַטע, כיידאַר, האָט געדינט אויף דעם אַמט צען יאָר, איידער זײַן זון איז געקומען צו דער מאַכט.
אילכאַם אַליִעווס שליטה האָט געבראַכט אַ גרעסערע מזל־ברכה דעם יונגן לאַנד, אָבער צוליב דער פֿאַרשפּרייטער קאָרופּציע און מענטשנרעכט־בראָכן, האָט זײַן רעגירונג פֿאַראַיאָרן באַקומען זייער אַ נידעריקן צייכן אין אַן אַנקעטע פֿון דעמאָקראַטישע סטאַנדאַרטן, לויט דעם זשורנאַל Economist.
פֿון דעסטוועגן, פֿאַר דער מערבֿ־וועלט, בפֿרט פֿאַר ישׂראל, ווערט אַליִעוו באַטראַכט ווי אַ געטרײַער פֿרײַנד. דאָס נאַפֿט־רײַכע לאַנד, וואָס האָט אַ מאָל אויסגעזען אַזוי קליין קעגן איר גרויסן שכן, איראַן, איז הײַנט אַ סטראַטעגישע אַליִיִרטע פֿון דער ייִדישער מדינה און אַ באַגײַסטערטע קונה פֿון ישׂראלדיקע וואָפֿנס.
ישׂראל האָט שוין פֿון לאַנג אַנטוויקלט אַ פֿאַרבינדונג מיט דעם מוסולמענישן לאַנד. אין 1992 האָט ישׂראל געעפֿנט אַן אַמבאַסאַדע אין באַקו, בלויז איין יאָר נאָך דעם ווי אַזערבײַדזשאַן איז געוואָרן אומאָפּהענגיק פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
במשך פֿון דער צײַט האָט אַזערבײַדזשאַן אָבער נישט געעפֿנט קיין אַמבאַסאַדע אין ישׂראל, ווײַל זי האָט נישט געוואָלט אַנטאַגאָניזירן איראַן. אין די לעצטע פּאָר יאָר איז דאָס שותּפֿות צווישן אַזערבײַדזשאַן און ישׂראל געוואָרן אַ סך אָפֿענער און שטאַרקער.
אין 2011 האָט דער ישׂראלדיקער שוץ־קאָנטראַקטאָר Aeronautics געבויט אַ פֿאַבריק פֿאַר מיליטערישע אָנפּילאָטניקעס אין אַזערבײַדזשאַן. מיט אַ יאָר שפּעטער, האָט די פֿירמע, וואָס געהערט צו דער ישׂראל־רעגירונג, פֿאַרקויפֿט אַזערבײַזשאַן געווער מיט אַ ווערט פֿון 1.6 ביליאָן דאָלאַר — אַ קאָנטראַקט וואָס האָט באַטראָפֿן 43% פֿון אַלע וואָפֿנס, וואָס אַזערבײַדזשאַן האָט געקויפֿט אין 2012. אין דער זעלבער צײַט ווערט הײַנט 40% פֿונעם נאַפֿט, וואָס ישׂראל ניצט, אימפּאָרטירט פֿון אַזערבײַדזשאַן.
אין מײַ איז עלמאַר מאַמאַדיאַראָוו געוואָרן דער ערשטער אַזערבײַדזשאַנער אויסערן־מיניסטער צו באַזוכן ישׂראל, וווּ ער האָט דערקלערט, אַז זײַן לאַנד וועט מיט דער צײַט זיכער עפֿענען אַן אַמבאַסאַדע אין ישׂראל.
פֿריִער האָט אַזערבײַדזשאַן זיך שטאַרק באַמיט אויפֿצוהאַלטן גוטע באַציִונגען מיט איראַן און האָט אַפֿילו אונטערגעשריבן אַ שלום־אָפּמאַך מיט טעהעראַן אין 2005. אָבער אין 2009 זענען די באַציִונגען צווישן די צוויי לענדער געוואָרן שטאַרק אָנגעשטרענגט, נאָך דעם ווי איראַן האָט אָנגעהויבן דורכצופֿירן רדיפֿות אויף דער אַזערבײַדזשאַנער מינאָריטעט אין לאַנד.
רפֿאל הרפּז, דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדאָר אין אַזערבײַדזשאַן, זאָגט, אַז דער אַנטיסעמיטיזם, וואָס פֿלאַקערט אין ס׳רובֿ מוסולמענישע לענדער, עקזיסטירט נישט אין אַזערבײַדזשאַן, אַ סעקולער לאַנד, געפּאַקט מיט באַרס און נאַכטקלובן, וווּ האַלב־נאַקעטע פֿרויען טאַנצן צום טאַקט פֿון טערקישע און רוסישע פּאָפּ־לידער.
פֿואַד אַכונדאָוו, אַ היסטאָריקער און וואָרטזאָגער פֿון דער אַזערבײַדזשאַנער רעגירונג, זאָגט, אַז די ייִדן און די אַזערבײַדזשאַנער לעבן שוין הונדערטער יאָרן לאַנג בשלום. ”דאָ האָט מען תּמיד באַטראַכט די ייִדן פֿאַר אַ פֿאָלק, וואָס שטיצט פּראָגרעס און וואָס איז אַ טייל פֿון דער עליטע,“ האָט אַגונדאָוו געזאָגט. ”די דאָזיקע פּאָזיטיווע געפֿילן האָבן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע בײַם אָנקניפּן וואַרעמע באַציִונגען מיט ישׂראל.“
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.