אינעם ייִדישן מוזיי פֿון מילוואָקי, שטאַט וויסקאָנסין, האָט זיך געעפֿנט אַן אויסשטעלונג מיטן נאָמען „פֿון וועגעלעך מיט סחורה ביז פּראָפֿעסיאָנעלע עסקים: די עוואָלוציע פֿון די ייִדישע געשעפֿטן אין מילוואָקי‟, וואָס דערציילט וועגן דער 170־יאָריקער געשיכטע פֿון דער ייִדישער קהילה אין דער שטאָט. די אויסשטעלונג, וואָס פֿאַרנעמט בלויז איין צימער אינעם מוזיי, וועט בלײַבן אָפֿן ביזן 1טן דעצעמבער. נישט געקוקט אויף דעם קליינעם פֿאַרנעם, איז זי אָבער גאַנץ באַלערנדיק.
אויף איינער פֿון די וואַנט־פּאַנעלן פֿון דער אויסשטעלונג ווערט געוויזן אַ פֿאָטאָגראַפֿיע מיטן נאָמען „דער טויט פֿונעם טרוקענעם געזעץ‟ („The Death of Prohibition‟), געמאַכט דעם 5טן דעצעמבער, אינעם יאָר 1933. מער ווי אַ פּאָר טוץ מענטשן האָבן זיך דעמאָלט פֿאַרזאַמלט אין דער שענק „Leeb‘s Log Tavern‟, כּדי אָפּצומערקן דעם סוף פֿון דער אַמעריקאַנער אַנטי־אַלקאָהאָלישער גזירה. די באַזוכער פֿון דער קרעטשמע — מענער און עטלעכע פֿרויען — האָבן אויפֿגעהויבן פֿולע גלעזער ביר לכּבֿוד דעם דאָזיקן געשעעניש. צווישן אַנדערע אַלטמאָדישע זאַכן, זעט מען אויף דער פֿאָטאָגראַפֿיע אַ שטעקעלע, מיט וועלכן די שענקער פֿלעגן אַראָפּנעמען דעם ביר־שוים.
דאָס שוים־שטעקעלע איז געלעגן, צוזאַמען מיט אַ פֿלאַש פֿון משקה און אַ לײַכטער אויף אַ קאַסטן צווישן די ייִדישע בעלי־בתּים פֿון דער קרעטשמע — מאַקס ליב און סעם טעמפּקין. ראָבערטאַ בלאָך, ליבס טאָכטער, האָט איצט דערלויבט דעם מוזיי אַרויסצושטעלן דעם דאָזיקן היסטאָרישן חפֿץ. זי האָט אַנטדעקט דאָס שטעקעלע צווישן די אַלטע שטוב־זאַכן, וואָס האָבן געהערט צו איר משפּחה. מאָלי דובין, די קוראַטאָרין פֿונעם מוזיי, האָט געזאָגט, אַז דער שוים־מכשיר איז, לויט דעם קרעטשמערס טאָכטער, טאַקע דער זעלבער, ווי מע זעט אים אויף דער אַלטער פֿאָטאָגראַפֿיע.
מילוואָקי איז באַקאַנט ווי אַ ביר־שטאָט. ליבס שווער, מאַקס גאָטליב, איז געווען דער בעל־הבית פֿון אַן אַנדער קרעטשמע, וואָס האָט געהייסן „Gottlieb‘s‟. ליב האָט געהאַט דעם זעלבן פֿאַמיליע־נאָמען, נאָר באַשלאָסן עס שפּעטער צו בײַטן. צווישן אַנדערע היסטאָרישע חפֿצים, וואָס זענען אויסגעשטעלט אינעם מוזיי, געפֿינען זיך נאָך אַ צאָל מכשירים, וואָס האָבן צו טאָן מיט אַנדערע שענקן, וואָס האָבן געהערט צו ליבן און זײַן ברודער.
אַ סך תּושבֿים פֿון מילוואָקי זענען געווען דײַטשישע אימיגראַנטן, וועלכע זענען געווען גרויסע ליבהאָבער פֿון ביר, דערפֿאַר איז שענקערײַ געווען די בעסטע פּרנסה אין דער שטאָט. די ייִדישע אימיגראַנטן פֿון רוסלאַנד און אַנדערע ראַיאָנען פֿון מיזרח־אייראָפּע פֿלעגן זיך אויך פֿאַרנענען מיט פֿאַרשיידענע געשעפֿטן: אַ צאָל האָבן געשלעפּט אויף די גאַסן וועגעלעך מיט סחורה; אַ צאָל זענען געווען שוסטער; די אַנדערע האָבן אײַנגעקויפֿט אײַזנברוך.
דער היסטאָריקער יונתן פּאָלאַק האָט דערקלערט, אַז דאָס האַנדלען מיט אײַזן־אַלטוואַרג איז אַמאָל טאַקע געווען אַ באַקאַנטע ייִדישע פּראָפֿעסיע. ווי מע זעט אין די אַלטע טעלעפֿאָן־ביכער, האָט ער דערקלערט, פֿלעגן זיך דערמיט פֿאַרנעמען בלויז ייִדן אין אַזעלכע רעלאַטיוו־גרויסע שטעט ווי, למשל, מעדיסאָן, שטאַט ניו־דזשערסי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.