די פֿאָטאָגראַפֿין מאַריסאַ שיינפֿעלד ווײַזט אויפֿן בערגל פֿון מיסט, וואָס איז געבליבן אויפֿן אָרט, וווּ ס׳איז אַמאָל געשטאַנען דער באַרימטער האָטעל „קאָנקאָרד‟ מיט 1,200 לוקסוס־צימערן, דרײַ גאָלף־פֿעלדער און אַ ריזיקן עס־צימער, וואָס האָט געקאָנט אַרײַננעמען 3,000 מענטשן. „ווען איך בין געווען אַ 15־יאָריק מיידל‟, האָט זיך דערמאָנט די פֿאָטאָגראַפֿין, איז לעבן דעם האָטעל, איז דרויסן, אויך געווען אַ ריזיקער שווים־באַסיין. ס׳איז געווען אַזוי גרויס, וואָס דאָרטן וואָלט מען געקאָנט דורכפֿירן די אָלימפּישע פֿאַרמעסטן. הײַנט געפֿינען זיך אויף יענעם אָרט בלויז צעמענט און צעוואָרפֿענע דראָטן.
שיינפֿעלד, איצט אַ 33־יאָריקע פֿרוי, איז אויפֿגעוואַקסן לעבן דער אָזערע קײַאַמישאַ אין קעטסקילס, אַ צפֿונדיקער ראַיאָן פֿונעם שטאַט ניו־יאָרק. די לעצטע דרײַ יאָר האָט זי פֿאַרבראַכט פֿאָטאָגראַפֿירנדיק די רעשטלעך פֿון אַזעלכע סימנים פֿונעם אַמאָליקן בליִענדיקן לעבן, ווי דער דערמאָנטער האָטעל, וועלכער האָט זיך פֿאַרמאַכט אינעם יאָר 1998 און נאָך דעם אין גיכן צעשטערט געוואָרן.
אַן אַנדער אָרט, וואָס זי האָט געהאָפֿט צו פֿאַראייביקן מיט אירע בילדער, איז דער לעגענדאַרער „גראָסינגערס קוראָרט‟, וואָס האָט אַמאָל געהאַט אַן אייגן פֿליפֿעלד און פֿלעגט צוציִען אַזעלכע באַרימטע פּערזענלעכקייטן, ווי עלינאָר רוזוועלט, ראָבערט קענעדי און דזשעקי ראָבינסאָן. הײַנט איז דאָרטן געבליבן בלויז אַ חורבֿה.
פֿון די 1920ער ביז די סוף 1960ער יאָרן, פֿלעגן הונדערטער טויזנט אַמעריקאַנער ייִדן פֿאַרברענגען זייערע וואַקאַציעס אין די גרויסע האָטעלן, דאַטשעס און קעמפּס פֿונעם אַזוי־גערופֿונעם „באָרשט־פּאַס‟ — די ייִדישע גענגט אין דער סאָליוואַן־ און אָלסטער־קאַונטי. די נעמען פֿון די ערטער האָבן געדינט ווי באַרימטע סימבאָלן פֿון דער שיינער נאַטור און פֿונעם אַמעריקאַנער נוסח ייִדישקייט.
אינעם יאָר 1953, האָט די צײַטונג „ניו־יאָרק טײַמס‟ איבערגעגעבן, אַז בלויז אין דער סאָליווען־קאַונטי זענען געווען 538 האָטעלן, 1,000 פּאַנסיאָנען און 50,000 דאַטשעס. הײַנט איז דאָרטן כּמעט גאָרנישט געבליבן. דזשאָן קאָנוויי, אַ 60־יאָריקער פּראָפֿעסאָר פֿונעם אָרטיקן אוניווערסיטעט, „SUNY Sullivan‟, וועלכער האָט געאַרבעט ווי אַן אָרטיקער היסטאָריקער במשך פֿון איבער 20 יאָר, האָט געזאָגט, אַז די תּושבֿים האָבן לאַנג „געזעסן שׂיבֿעה‟, בענקענדיק נאָך די אַמאָליקע חורבֿ־געוואָרענע האָטעלן. ווי קאָנוויי האָט זיך אויסגעדריקט, איז קעטסקילס אַמאָל געווען „דער גן־עדן און מעקע‟ פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן.
אינעם יאָר 1949, זומער־צײַט, האָט די 19־יאָריקע רות שיינפֿעלד זיך געלאָזט פֿאָרן ביזן „סטיווענסהיל־האָטעל‟, אויף צפֿון פֿונעם שטעטל מאָנטיסעלאָ. אַן אויטאָ פֿול מיט יונגע מענער האָט זיך אָפּגעשטעלט און פֿאָרגעלייגט די מיידלעך אַן אומזיסטע רײַזע; מיט אַ יאָר שפּעטער, האָט זי חתונה געהאַט מיט איינעם פֿון די דאָזיקע יונגע־לײַט, דזשעק שיינפֿעלד. דאָס זענען געווען די זיידע־באָבע פֿון דער פֿאָטאָגראַפֿין, מאַריסאַ שיינפֿעלד, וועלכע דאָקומענטירט איצט די חורבֿות פֿונעם אַמאָליקן באַרימטן קוראָרט־ראַיאָן.
אַ באַזוך צוזאַמען מיט איר אינעם אָרט, וווּ ס׳איז אַמאָל געשטאַנען דעם האָטעל „קאָנדאָרד‟, האָט מיר געוויזן, אַז דאָס פֿאָטאָגראַפֿירן איז שווערער און סכּנותדיקער, ווי איך וואָלט זיך פֿריִער פֿאָרגעשטעלט. אַ טייל פֿונעם בנין איז פֿאַרפֿלייצט, די סטעליעס און ווענט — אײַנגעפֿאַלן, איבעראַל וואַלגערט זיך דאָס שאַרפֿע גלאָז. אַחוץ דעם, שטייען די אַלטע חורבֿות לאַוו־דווקא ליידיק; היימלאָזע מענטשן און כוליגאַנען קריכן כּסדר איז זיי אַרײַן.
די יונגע פֿרוי האָט דערקלערט, אַז זי פֿאַרנעמט זיך שוין דרײַ יאָר מיטן פֿאָטאָגראַפֿירן דעם ראַיאָן, ווײַל אין 10—20 יאָר אַרום וועלן דאָרטן, מעגלעך, נישט בלײַבן אַפֿילו די אײַנגעפֿאַלענע חורבֿות. זי פּלאַנירט צו פֿאַרעפֿנטלעכן אַ בוך, וווּ עס וועלן אַרײַן 80 בילדער פֿון די אַלטע האָטעלן — אַן אויסקלײַב פֿון אירע הונדערטער פֿאָטאָגראַפֿיעס, צענדליקער היסטאָרישע בילדער פֿון די אַמאָליקע קוראָרט־ערטער, אין פֿאַרגלײַך מיט זייער הײַנטיקן נעבעכדיקן מצבֿ, און אַנדערע מוסטערן פֿון איר היסטאָרישער פֿאָטאָ־קונסט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.