וואָס זעט מען פֿאַר די אויגן צום מערסטנס, ווען מע הערט דאָס וואָרט „זיידע‟? מע טראַכט בדרך-כּלל וועגן אַ גוטהאַרציקן מענטש, אַ לבֿ-טובֿ, וואָס אָפֿט זיפֿצט ער אַרויס אויך אַ פּאָר קלוגע ווערטער און גוטע עצות צום ייִנגערן דור. אין אַלגעמיין איז ער אַ פֿרידלעכער פּאַרשוין, שוין מיט איין פֿוס אויפֿן עולם-הבא, עפּעס ענלעכס צום געשטאַלט פֿון משה קולבאַקס ליד „דער זיידעניו קומט שטאַרבן…‟:
גרוי ווי אַ טויב, איז פֿאַרנאַכטלעך דער זיידע געקומען פֿון פֿעלד,
צורעכט געמאַכט שטיל דעם געלעגער און אָפּגעזאָגט ווידוי,
אין האַרצן געזעגנט זיך רויִקערהייט מיט דער וועלט
און דאַן צוגעשלאָסן די אויגן די מידע…
די ווערטער קלינגען באַקאַנט און נאַטירלעך, ווי עס פֿירט זיך תּמיד. אָבער נישט אין דעם פֿאַל פֿון ערווינג זיסמאַן (אַ טיפּישער נאָמען פֿאַר אַלטע אַמעריקאַנער ייִדן), דער הויפּט־העלד פֿון אַ נײַעם קאָמעדיע-פֿילם מיטן נאָמען „שלעכטער זיידע‟ (Bad Grandpa). שוין אַ בן-שמונים, פּינקטלעכער, זעקס און אַכציק יאָר אַלט, שטייט ר’ זיסמאַן אין אַ שאַרפֿער סתּירה צו אָט דעם ראָמאַנטישן בילד. אייגנטלעך, פֿירט ער זיך ווי אַ לץ, אַ קונדס. דער קאָמישער עפֿעקט שאַפֿט זיך גענוי פֿון דעם גרינטלעכן אונטערשייד צווישן דעם סטערעאָטיפּ, וואָס מ‘איז צו אים צוגעוווינט, און דעם אויפֿפֿיר, וואָס מיר זעען פֿאַר אונדזערע אויגן. איצטער אָבער דאַרף מען דערקלערן, וואָס טוט ר’ זיסמאַן בפּועל-ממש צו באַרעכטיקן זײַן שלעכטן שם, און וואָס פֿאַר אַ פֿילם איז דאָס בכלל?
זיסמאַן, געשפּילט דורך דעם יונגן אַקטיאָר דזשאָני נאָקסוויל, גייט, למשל, אויף דער גאַס מיט זײַן אייניקל — אַ שיין מיידל פֿון אַרום 20 יאָר אַלט — און מיט אַ מאָל נעמט ער זיך קושן מיט איר סתּם אַזוי בפֿרהסיא, ווי זיי וואָלטן געווען צוויי (יונגע) געליבטע. קומט די באָבע, וואָס איז בעצם דער אַקטיאָר ספּײַק דזשאָנז (געבוירן געוואָרן אָדם שפּיגל, אַ ייִד), גיט אים אַ פּסק, און מוסרט אים אויס שוין אין זײַן „טאַטנס טאַטן אַרײַן‟. די דורכגייער ווערן ממש שאָקירט, ווײַל זיי זענען טאַקע אמתע דורכגייער, נישט קיין אַקטיאָרן; און די רעאַקציע פֿון אייניקע איז טאַקע אַ נאַטירלעכע — פֿול מיט כּעס אויף דעם אַלטן קנאַקער.
אין אַן אַנדער סצענע, נעמט זיסמאַן מיט זײַן יונג אייניקל, אַ ייִנגל פֿון אַרום 11-12 יאָר, צו אַזאַ מין „דײַנער‟, וווּ מע זיצט אין דרויסן, און גיט אים אַ פֿלעשל בראָנפֿן צו טרינקען. די מענטשן אַרום ווערן דעריבער מלא-חמה אויף דעם אַלטן תּרח; און אַ טייל איז אַפֿילו גרייט אים צו שלאָגן. זיסמאַן מיטן אייניקל פֿאַרלאָזן צום סוף דאָס אָרט, אָבער זיי הערן פֿאָרט נישט אויף צו רײצן די מענטשן בשעתן אַוועקגיין.
נאָך אַ משל פֿון אַזאַ מין שמד-שטיק: דער אַלטער זיסמאַן, באַגלייט מיט זײַן דערוואַקסן אייניקל, טרעט אַרײַן אין אַ סקוטער-קראָם. בעת זײַן אייניקל כאַפּט אַ שמועס מיטן פֿאַרקויפֿער אינעם אַנדערן עק קראָם, זעצט זיסמאַן זיך אויף איינעם פֿון די סקוטערס, דער מאָטאָר הייבט אָן אַרבעטן, און איידער וואָס, פֿאָרט שוין דער זיידע ארײַן אין דער גרויסער וויטרינע. די דערשיטערטע עדות אויף דער גאַס דערציילן די גאַנצע מעשׂה. ווי קען דאָס זײַן? צי איז ער געבליבן לעבן? וואָס איז צו אַל די שוואַרצע יאָר איצטער געשען? זיסמאַן אַליין, הייבט זיך דערווײַל אויף פֿון דער רעד, און ברענגט אַרויס אויף די ליפּן אַ זאַפֿטיקע קללה קעגן די צעטומלטע פֿאַרקויפֿער.
וואָס איז עס, דער זיידע איז אַראָפּ פֿון זינען? צעדרייט געוואָרן?
דער פּרינציפּ פֿון דעם פֿילם איז, דאַכט זיך, שוין פֿאַרשטענדלעך. אַ באַהאַלטענע קאַמערע פֿילמירט די אַלע סצענעס, וווּ מע טוט אָפּ קונדסלעך אויפֿן חשבון פֿון אומשולדיקע דורכגייער, אַבי דער צושויער זאָל בלײַבן צופֿרידן. די אַלע משלים זענען גענומען געוואָרן פֿון דער „דזשעק-עס‟ פֿילם־סעריע (Jackass). דאָס וואָרט „דזשעקעס‟, מיינט בוכשטעבלעך, אות־באות „אײזל‟; און די פֿילמען ווײַזן באמת אַזעלכע חבֿרה, וואָס האָבן טאַקע שׂכל ווי אַן אייזל. זיי טרײַבן קאַטאָוועס אין די פֿילמען סײַ אויפֿן חשבון פֿון אַנדערע, סײַ אויף זייער אייגענעם חשבון. זיי פּראָבירן אויס אויף זיך אַליין כּלערליי נאַרישע און געפֿערלעכע זאַכן, וואָס זיי ווייסן גאַנץ גוט פֿון פֿריִער, אַז זיי האָבן נישט קיין שאַנס מיט זיי מצליח צו זײַן. אָפֿט ווערן זיי ממש פֿאַרוווּנדיקט פֿון זייערע טיפּשע מעשׂים. איצטער, זאָגט מען צו אַ נײַער פֿילם, וואָס וועט זיך פֿאָקוסירן נאָר אויף איין געשטאַלט, וואָס איז געבוירן געוואָרן פֿון דער סעריע, צו זײַן נישט ווייניק משוגע־ווילד, ווי די פֿריִערדיקע פֿילמען.
פֿאַרשטייט זיך אַז די סעריע-פֿילמען זענען מיט דער צײַט געוואָרן גרויסע געשעפֿטן, און די וואָס מאַכן זיי, פֿאַרדינען גאָר נישט ווייניק. אויך די באַטייליקטע, „די אַקטיאָרן‟, זענען רײַכע מענטשן געוואָרן, אָבער בײַם אָנהייב זענען זיי געווען סתּם יונגע חבֿרה, מיט נישט קיין גרויסע האָפֿענונגען לגבי זייער לעבן; אַ באַנדע אידיאָטן (כּלומרשט).
אָבער זייערע פֿילמען דריקן אויך אויס אַ מין אַנאַרכיסטישן גײַסט, אַזאַ פּראָטעסט קעגן דער געפֿערלעכער לאַנגווײַליקייט פֿון דעם אַמעריקאַנער בײַשטאָט-לעבן, און קעגן געוויסע צבֿיעותדיקע אַספּעקטן פֿון דעם אַמעריקאַנער מיטלקלאַס.
דער פֿילם „שלעכטער זיידע‟ (Bad Grandpa) וועט מען קאָנען זען אין אַמעריקע פֿון דעם 25סטן אָקטאָבער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.