יעדעס מאָל, ווען די ייִדן פּראַווען דעם יום־טובֿ סוכּות, טראַכט איך וועגן דער טראַדיציע פֿון די אושפּיזין; מיר פֿאַרבעטן אַרײַן אין דער סוכּה גשמיותדיקע און סימבאָלישע געסט. דאָס איז איינע פֿון די צענטראַלע טעמעס פֿונעם הײַנטיקן יום־טובֿ. הײַיאָר האָב איך זיך אָבער פֿאַרטראַכט: ווי גרויס איז אונדזער „נאַציאָנאַלע סוכּה‟?
נישט לאַנג צוריק, האָט די „סוכנות‟, מיט אַ ברכה פֿונעם ישׂראלדיקן פּרעמיער־מיניסטער, אָנגעהויב אַ נײַע קאַמפּאַניע, האָפֿנדיק צו פֿאַרבינדן די אַמעריקאַנער ייִדן ענגער מיט ישׂראל. די רעגירונג פּלאַנירט אויסצוגעבן אויף דעם אַ ריזיקע סומע, אַרום 300 מיליאָן דאָלאַר אַ יאָר. איך האָב אָבער מורא, אַז דאָס געלט וועט געפּטרט ווערן אויף גאָרנישט.
די הײַנטיקע ישׂראלדיקע רעגירונג קוקט נאָך אַלץ אויף די ייִדן אין די אַנדערע לענדער דורך די ברילן פֿון דער פֿרום־חרדישער ייִדישקייט. אין אַמעריקע זענען פֿאַראַן אַ סך געמישטע משפּחות און נישט־אָרטאָדאָקסישע גרים, וואָס אין ישׂראל ווערן זיי באַטראַכט ווי סתּם גוים. ישׂראל, וואָס האַלט זיך פֿאַר אַ דעמאָקראַטישער מלוכה, זאָגט זיך נאָך אַלץ אָפּ צו דערלאָזן די בירגער חתונה צו האָבן מיט וועמען מע וויל.
ס׳איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז אינעם נײַעם „סוכנות‟־פּראָיעקט שטעקט אַ גוטע כּוונה. אויב נישט אַזעלכע פּראָיעקטן, וועט דער קומענדיקער דור אַמעריקאַנער ייִדן, מעגלעך, אינגאַנצן פֿאַרגעסן פֿון ישׂראל; דער ניצחון אין דער זעקס־טאָגיקער מלחמה וועט פֿאַר זיי מיינען ווייניק אָדער גאָרנישט.
מיט אַ צענדליק יאָר צוריק, אָדער נאָך מער, האָט דער ישׂראלדיקער נאַציאָנאַלער ראַט פֿאַר זיכערהייט־ענינים אונטערגעשטראָכן, אַז די פֿעסטע פֿאַרבינדונג צווישן ישׂראל און די ייִדישע קהילות אַרום דער וועלט איז סטראַטעגיש וויכטיק פֿאַרן לאַנד; צוליב דעם, האָט מען אַרײַנגעלייגט אַזויפֿיל געלט אין דער פּראָגראַם „תּגלית‟. מיט דער זעלבער כּוונה, האָט נפֿתּלי בענעט, דער מיניסטער פֿון די תּפֿוצות־ענינים, באַגריסט די נישט־אָרטאָדאָקסישע ייִדישע באַוועגונגען אַרום דער וועלט מיט ראָש־השנה.
די ישׂראלדיקע פּאָליטיקער און זייערע שותּפֿים אין אַנדערע לענדער פֿאַרזעען אָבער נאָך אַלץ, אַז אין ישׂראל בליט אַ ווילדע רעליגיעזע דיסקרימינאַציע. דער פּרעמיער, די פֿאָרשטייער פֿונעם „סוכנות‟ און אַנדערע טוער מוזן פֿאַרשטיין, אַז ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן האָבן נישט קיין שײַכות צו דער פֿרום־אָרטאָדאָקסישער ייִדישקייט. די „סוכנות‟ איגנאָרירט אויך ווײַטער די פּראָבלעמען, אויף וועלכע אַ סך רוסישע עולים, נישט־אָנערקענטע גרים און קינדער פֿון געמישטע משפּחות שטויסן זיך כּסדר אָן אין ישׂראל, נישט האָבנדיק קיין מעגלעכקייט חתונה צו האָבן.
די אַמעריקאַנער ייִדן, וועלכע זענען צוגעוווינט צו פּלוראַליזם און באַטראַכטן די רעליגיע ווי אַ פֿרײַוויליקע פּריוואַטע ספֿערע פֿונעם לעבן, האָבן נישט קיין געדולד צום ישׂראלדיקן צונויפֿמיש פֿון רעליגיע און וועלטלעכער פּאָליטיק. ס׳איז נישט קלאָר, צי די ישׂראלים אַליין זענען מסכּים דערמיט. לויט די אַנומלטיקע סטאַטיסטישע חשבונות, 62 פּראָצענט פֿון זיי האַלטן, אַז די רעגירונג דאַרף אָנערקענען די נישט־פֿרומע חתונות און 83 פּראָצענט שטיצן די פֿרײַהייט און גלײַכקייט פֿון רעליגיע.
איז עס טאַקע אמת, אַז דער פּרעמיער און די „סוכנות‟־טוער זאָרגן זיך וועגן דער פֿאַרבינדונג צווישן ישׂראל און די ייִדישע קהילות אַרום דער וועלט? דערווײַל זעט אויס, אַז זייער „סוכּה‟ ווערט אַלץ קלענער, ווײַל אַלץ מער ייִדן ווילן אַהין נישט אַרײַנקומען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.