וווּ איז ייִדיש אין דער „בשותּפֿות־אַפּליקאַציע‟?

Where Is Yiddish in 'The Common Application'?


פֿון דזשאָרדין קוציק

Published September 26, 2013, issue of October 11, 2013.

אין דער צײַט, װען ייִדיש װערט אָנערקענט װי אַן אַלץ װיכטיקערע שפּראַך אין די אַקאַדעמישע אינסטיטוציעס, און די צאָל סטודענטן װאָס פֿאַרנעמען זיך מיט ייִדיש װאַקסט, האַלטן אַ סך אוניװערסיטעטן, אַז ס’װעלן זיך מער ניט באַװײַזן קײן סטודענטן װאָס קענען ייִדיש פֿון דער הײם. אַזאַ אײַנדרוק שאַפֿט זיך, אַז מ’טוט אַ קוק אױף דער „בשותּפֿות־אַפּליקאַציע“ פֿאַר אוניװערסיטעטן (The common application), דאָס הייסט, די אַפּליקאַציע, װאָס װערט אָנגענומען אין מער װי פֿינף הונדערט אוניװערסיטעטן איבער גאַנץ אַמעריקע.

אַז מע װיל אױסקלײַבן די שפּראַכן װאָס מ’קען אָדער פֿון דער הײם, אָדער װאָס מ’האָט זיך אױסגעלערנט בעת די שול־יאָרן, געפֿינט מען אַ ריזיקע צאָל ברירות, בסך־הכּל 144. צװישן זײ געפֿינען זיך אַ סך גאָר זעלטענע שפּראַכן, װאָס מ’רעדט ניט אַזױ פֿיל אין די אַמעריקאַנער הײמען און װאָס זענען גאָר קלײנע שפּראַכן בכלל, אַרײַנגערעכנט אַזעלכע שפּראַכן װי בײַערניש, װענעציעזיש (די שפּראַך װאָס מ’רעדט אין װענעציע), װײַסרוסיש, לאָמבאַרדיש (אַ שפּראַך װאָס מ’רעדט אין צפֿון־איטאַליע און אין דער שװײץ), און סיציליעזיש (מ’רעדט זי אױפֿן אינדזל סיציליע). און אָט די זעלטענע שפּראַכן, װאָס מ’רעדט זיי נאָר אױפֿן אײראָפּעיִשן קאָנטינענט, געפֿינען זיך יאָ צװישן די ברירות פֿון דער „בשותּפֿות־אַפּליקאַציע“.

אַ סך אַנדערע זעלטענע שפּראַכן פֿון גאָר װײַטע מקומות זענען אױך דאָ, װי למשל, טאַשעלהיטיש (אַ מין בערבעריש, װאָס מע רעדט אין מאַראָקאָ און װאָס פֿאַרמאָגט, אַגבֿ, אַ ייִדישן נוסח), סוקומאַיִש (אַ שפּראַך פֿון טאַנזאַניע) און דאָמאַריש (די שפּראַך פֿון אַ פֿאָלק, װאָס װױנט אינעם מיטל־מיזרח און איז זײער ענלעך צו די ציגײַנער). אָבער דווקא ייִדיש איז ניט בנימצא.

אױף אַזאַ מאָדנעם און עקלדיקן מצבֿ האָט זיך אָנגעשטױסן דניאלעלע כּהן פֿון ניו־דזשערזי, אַ בחור פֿון 18 יאָר, װאָס האָט אַרײַנגעשיקט אַפּליקאַציעס אין פֿאַרשידענע אוניװערסיטעטן, און װאָס רעדט דװקא ייִדיש פֿון דער הײם. דניאלעלע האָט געװאָלט אָנווײַזן אױף דער אַפּליקאַציע, אַז ער קען רעדן, לײענען און שרײַבן ייִדיש; דער פֿאַקט איז אָבער געווען, אַז ער קען נאָר אָנװײַזן, אַז ער רעדט אַן „אַנדער“ שפּראַך. די אַפּליקאַציע, װאָס מ’קען אױספֿילן נאָר דורך דער אינטערנעץ, לאָזט ניט אַפֿילו קיין ברירה אַרײַנצושרײַבן אַן „אַנדער“ שפּראַך.

דאָס װאָס ייִדיש פֿעלט אין דער אַפּליקאַציע איז מסתּמא בלױז אַ טעות, אַזאַ מין „פֿאַרזע“, וואָס מ’האָט עס פּשוט „צופֿעליק פֿאַרגעסן‟ אַרײַנצושטעלן אין דער רשימה. אָבער אויב ס‘איז אַפֿילו אַזוי, איז דער פֿאַקט װאָס מ’האָט עס ביז אַהער נישט געטאָן, איז גאָר אַ מערקװערדיקער, און ער זאָגט עדות אױף דער אומנאָרמאַלער סיטואַציע און באַציִונג צו ייִדיש אין אַמעריקע; און קודם־כּל, מצד אונדזערע בני־ישׂראל, וואָס דער גאַנצער ענין מיט ייִדיש און דער נאַציאָנאַלער קולטור ליגט זיי אין דער לינקער פּאה.

לױט דער אַנקעטע פֿונעם אַמעריקאַנער ציבור (American Community Survey) פֿון 2010, רעדן הײַנט 121,917 ניו־יאָרקער אײַנװױנער ייִדיש אין דער הײם, צװישן זײ 46,631 קינדער אין עלטער פֿון 5 ביז 17 יאָר. כּמעט אַלע שפּראַכן אין אַמעריקע װאָס פֿאַרמאָגן אַזױ פֿיל יונגע רעדערס (און ייִדיש פֿאַרמאָגט מער װי, למשל, די אָרטיקע אַמעריקאַניש־אינדיאַנישע שפּראַך), קענען זיך אויסשולן אין די אוניװערסיטעטן. אָבער די שפּראַכן הערט מען אױסשליסלעך פֿון די נײַ־געקומענע אימיגראַנטן און זײערע קינדער, װאָס װילן זיך אַסימילירן אין דער ברײטערער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט; זיי לערנען זיך אין די אַמעריקאַנער אוניװערסיטעטן, כּדי בעסער אױסצופֿירן דעם דאָזיקן ציל.

דאָס איז דער היפּוך פֿון ייִדיש, װאָס װערט גערעדט צום מערסטנס אין אַ סבֿיבֿה פֿון דורות־לאַנג באַזעצטע חסידים, װעלכע װילן זיך דװקא ניט צעשמעלצן אין דער ברײטערער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט, און צוליב דעם געפֿינט מען זיי זײער װײניק צװישן די סטודענטן אין די אַמעריקאַנער אוניװערסיטעטן.

פֿאַרשטײט זיך, אַז ס’זענען דאָ קינדער פֿון ייִדיש־רעדנדיקע הײמען, װאָס קומען יאָ אָן אין די אַמעריקאַנער אוניװערסיטעטן. געװיסע, װי דניאלעלע כּהן, שטאַמען פֿון אַקאַדעמיש־געשטימטע ייִדישיסטישע משפּחות, װאָס כּמעט אַלע פֿון זײערע קינדער לערנען זיך אױף העכערע לימודים. ס’רובֿ ייִדיש־רעדנדיקע אוניווערסיטעט־סטודענטן זענען אָבער אױפֿגעװאַקסן דװקא אין דער חסידישער װעלט. אָט די מענטשן טיילן זיך אויף צװײ באַזונדערע גרופּעס. די ערשטע באַשטייט פֿון דער װאַקסנדיקער צאָל יונגע־לײַט, װאָס זענען אױפֿגעװאַקסן אין דער חסידישער װעלט און זענען דערנאָך „אַראָפּ פֿונעם דרך.“ זיי לערנען זיך אין די אוניװערסיטעטן, כּדי זיך צו דערװײַטערן סײַ אינטעלעקטועל און סײַ עקאָנאָמיש פֿון זײערע געװעזענע הײמען. די צװײטע גרופּע באַשטייט פֿון די חסידים, װעלכע לערנען זיך אין די אוניװערסיטעטן לשם פּרנסה, צו קענען באַקומען אַ בעסערע שטעלע און פֿאַרדינען מער געלט.

ווי עס זאָל נישט זײַן, בלײַבט די פֿראַגע: װיפֿל מענטשן װאָס שטאַמען פֿון ייִדיש־רעדנדיקע הײמען לערנען זיך הײַנט אין די אַמעריקאַנער אוניװערסיטעטן? ס’איז באמת אוממעגלעך צו געפֿינען גענױע ציפֿערן. דער פֿאַקט אָבער, װאָס ייִדיש פֿעלט אין דער „בשותּפֿות־אַפּליקאַציע“, שאַפֿט דעם אײַנדרוק, אַז די צאָל איז ניט זײער גרױס, װײַל װען ס’װאָלטן געװען מער ייִדיש־רעדנדיקע אַפּליקאַנטן, װאָלטן שוין גענוג מענטשן זיך באַקלאָגט װעגן דעם, און די פּראָבלעם וואָלט שױן לאַנג געלײזט געוואָרן.

צוריק געשמועסט, איז עס דאָך אַ חרפּה און אַ בושה, אַז ייִדיש איז ניט בנימצא, װען 144 אַנדערע שפּראַכן זענען יאָ פֿאַראַן. װעגן דעם זאָל מען פֿרעגן בײַ די לײַט װאָס פֿירן אָן מיט דער דער „בשותּפֿות־אַפּליקאַציע“ און פֿאָדערן בײַ זײ, מ’זאָל ייִדיש צוגעבן צו דער רשימה. לױט אַלע סימנים װערט די העכערע בילדונג וויכטיקער מיט יעדעס יאָר, טאַקע צוליב די עקאָנאָמישע באַדערפֿענישן פֿון די חסידישע ייִדיש־רעדנדיקע מאַסן, וואָס פֿאַרשרײַבן זיך אין די אוניווערסיטעטן.