וועגן פּוטער האָבן מיר שוין געשריבן; וועגן בוימל אויך. ביידע זענען, פֿאַרשטייט זיך, פֿעט. איז פֿון וואַנעט זשע נעמט זיך דאָס וואָרט „פֿעט” און וואָס פֿאַר אַ ראָלע שפּילט דאָס וואָרט אינעם שפּראַכיקן פֿאָלקלאָר?
דאָ דאַרף מען אָנקומען צון אַ צוגאַנג צו דער שפּראַכפֿאָרשונג וואָס הייסט „פֿאַרגלײַכיקע רעקאָנסטרוקציע”. כּדי צו דערגיין ווי אַזוי ס’האָט אין אַ פֿריִערדיקער סטאַדיע אויסגעזען אַ שפּראַך, קען מען זי פֿאַרגלײַכן מיט אַ צווייטער, קרובֿישער שפּראַך. די מעטאָדיק האָבן מיר שוין געזען בשעתּו אין שײַכות מיטן וואָרט „אוגערקע”: אין די סלאַווישע לשונות ווייסן מיר, אַז דאָרטן וווּ אויף פּויליש איז דאָ g — אַ שטייגער, grzywa ‘גריווע’ — מוז אויף טשעכיש זײַן h: hříva. בײַ „אוגערקע”, אָבער, האָט טאַקע פּױליש g אין ogórek, בשעת טשעכיש האָט גאָר k אין okurka. ווייסן מיר, אַז עפּעס איז דאָ נישט גלאַטיק, אין דעם פֿאַל — אַז דאָס וואָרט איז אַרײַן צו די סלאַוון פֿון דער פֿרעמד.
נו, און „פֿעט”? וואָס טשעפּעט אונדז דאָ? דאָס, וואָס אויף מאַמע־לשון זאָגט מען „פֿעט” (און אויף דײַטשיש — fett), נאָר אויף ענגליש דווקא fat. מיר ווייסן, אַז וווּ אויף ענגליש האָט מען t, געפֿינט מען אויף ייִדיש „ס” אָדער „צ/ץ” (sit אַקעגן „זיצן”, sat אַקעגן „געזעסן”). וווּ אויף ייִדיש, ווידער, האָט מען „ט”, געפֿינט מען אויף ענגליש d („טאָן” אַקעגן do). פֿאַר וואָס זשע גילט עס נישט בײַ „פֿעט”?
וואָרן „פֿעט” שטאַַמט נישט פֿון מיטל־הויכדײַטשיש, אַזוי ווי כּמעט אַלע ווערטער אינעם דײַטשישן קאַמפּאָנענט פֿון מאַמע־לשון, נאָר פֿון מיטל־נידער־דײַטשיש, דאָס אַמאָליקע לשון פֿון צפֿון־דײַטשלאַנד. (די טערמינען „הויכ־” און „נידער־” נעמען זיך, אַגבֿ, דערפֿון וואָס אין דרום־דײַטשלאַנד איז דער שטח אַ באַרגיקער, בשעת אין צפֿון איז ער אַ פּלאַטשיקער.)
בײַם הײַנטיקן טאָג איז נידער־דײַטשיש זייער אָפּגעשוואַכט — דאָס שרײַב־לשון פֿון גאַנץ דײַטשלאַנד איז אַ הויכדײַטשישס, און צוליב דעם רעדט מען שוין אין צפֿון אויך מער הויכ־ ווי נידער־דײַטשיש. אויף יענער זײַט גרענעץ, אָבער, אין האָלאַנד, רעדט מען אַ לשון, האָלענדיש, וואָס איז אין תּוך אַרײַן דאָס זעלביקע וואָס נידער־דײַטשיש, האָט עס דאָרטן אַ תּיקון. (ווי באַוווּסט געפֿינט זיך האָלאַנד אויך אויף זייער אַ נידעריקן שטח, וואָס דערפֿון נעמט זיך זײַן אָפֿיציעלער נאָמען, „נידערלאַנדן”.)
כאַראַקטעריסטיש פֿאַר נידער־דײַטשיש, ווי אויך פֿאַר האָלענדיש און ענגליש, איז דער קאָנסאָנאַנט t — אַ שטייגער, אינעם נאָר וואָס אַרומגערעדטן ענגלישע sit — אויך t אויף האָלענדיש (zitt) און אויף נידער־דײַטשיש (sitt), אַקעגן הויכדײַטשיש tz (sitz), ייִדיש „ץ” („זיץ”). איז אַרײַן צופֿעליק פֿון מיטל־נידער־דײַטשיש אין מיטל־הויכדײַטשיש fett און פֿון דאָרטן אין מאַמע־לשון; דאָס וואָס דאָס וואָרט איז פֿון היסטאָרישן קוקווינקל אַ יוצא־מן־הכּלל אַרט קיינעם נישט, חוץ דעם קענער פֿון דער שפּראַך־היסטאָריע.
ווײַזט זיך אַרויס, אַז אין הײַנטיקן דײַטשיש איז, אָבער, דאָ אַ סינאָנים feist — אַ קאָגנאַט, הייסט עס (פֿון דער זעלביקער עטימאָלאָגיע), מיטן s וואָס מע וואָלט זיך דערויף געריכט. אין ייִדיש, ווידער, איז אונדז נישט באַקאַנט אַזאַ וואָרט.
מיר האָבן ערשט געשריבן, אַז fett און feist זענען סינאָנימען. אין דער אמתן איז אָנגענומען אין דער לינגוויסטיק, אַז קיין פֿולע, הונדערט־פּראָצענטיקע סינאָנימען זענען נישטאָ. דאָ איז עס אויך אמת: דאָס ענגלישע fat איז טײַטש אויף דײַטשיש feist אָדער dick, אויף ייִדיש „דיק” אָדער „גראָב” — דער טײַטש איז טאַקע פֿאַראַן, אָבער זעלטענער, בײַ „פֿעט” אָדער fett. „פֿעט” און fett, ווידער, זענען, פֿאַרשטייט זיך, דערעיקרשט טײַטש דאָס וואָס אויף ענגליש fatty, greasy. דער ענגלישער סובסטאַנטיוו fat איז אויף ייִדיש „פֿעטס”, אויף דײַטשיש Fett. טשיקאַווע, וואָס דאָס ייִדישע „פֿאַרפֿעטסן” ‘באַשמוצן מיט פֿעטס’ האָט, אַ פּנים, נישט קיין עקוויוואַלענט נישט אויף ענגליש, נישט אויף דײַטשיש: אויף ענגליש מוז מען אָנקומען צון אַ גאַנצער פֿראַזע, ווי, למשל, soil with grease (דאָס ענגלישע fatten איז דאָך טײַטש ‘אויספּאַשען, געבן עסן ביז מע ווערט גוט דיק’); אינעם גרויסן דײַטשישן ווערטערבוך פֿון די ברידער גרים איז דאָ בלויז verfetten, טײַטש ‘פֿעט ווערן’.
עטלעכע ווערטלעך וואָס האָבן אַ שײַכות מיט זײַן דיק אָדער פֿעט:
וואָס אַ גראָבער בויך קאָסט וואָלט איך געוואָלט פֿאַרמאָגן; וואָס ער איז ווערט זאָלן מײַנע שׂונאים פֿאַרמאָגן
אַ דאַרער לעבט איבער צען פֿעטע
ביז דער פֿעטער ווערט מאָגער גייט דער מאָגערער צו גרונט
פֿון דעם וועט נאָך די יויך נישט פֿעט ווערן = ‘דער רווח איז אַ קנאַפּער’
פֿון על־חטא ווערט מען נישט פֿעט = ‘פֿון פֿאַסטן קומט נישט צו קיין וואָג, איז אויב דו זאָגסט, אַז דו עסט נישט, זאָגסטו דאָך נישט דעם אמת’.
צוגאָב: פֿאַראַן אויף ענגליש אַ צווייט וואָרט fat, אויף ייִדיש: „פֿאַס”. אײַ, אויף ענגליש זאָגט מען גאָר vat, טאָ וואָס זשע איז דאָ די מעשׂה? איז אַזוי: כּמעט אַלע ווערטער אויף ענגליש וואָס הייבן זיך אָן מיט v זענען לײַווערטער, דערעיקרשט פֿון פֿראַנצייזיש צי לאַטײַניש (אַפֿילו אַזאַ טאָג־טעגלעך וואָרט ווי very איז אַ לײַוואָרט). אַזוי ווי אויף מאַמע־לשון זאָגט מען „פֿאַס” וואָלט מען אויף ענגליש געדאַרפֿט זאָגן fat, נאָר פּונקט ווי „פֿעט” איז אַ יוצא־מן־הכּלל וואָס איז אַרײַן פֿון אַ דיאַלעקט, איז vat אַ יוצא־מן־הכּלל וואָס איז אַרײַן אינעם כּלל־ענגליש פֿון אַ דיאַלעקט, איינעם וווּ מע האָט יאָ v אָנהייב וואָרט, און אַרויסגעשטופּט דאָס כּללישע וואָרט fat ‘פֿאַס’.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.