מאַרק שאַגאַל. דער נאָמען רופֿט אַרויס אַסאָציאַציעס מיט אַ גאַנצער וועלט פֿון אַ קליין דערפֿל, וווּ די בהמות עסן היי און די אָרעמע פּשוטע מענטשן לעבן אונטער די שטרויענע דעכער און דערציילן צויבערדיקע פֿאָלק־מעשׂיות. ס׳איז אַ וועלט, וווּ צוזאַמען מיט מענטשן נע־ונדעווען מלאָכים און געשפּענסטער. צומאָל, בייזע רוחות אויך; דו הערסט אַ פֿידלער שפּילן אויפֿן דאַך און קענסט נישט וויסן: איז עס טאַקע אַ מענטש אָדער אַ מעקענדיקע קו? וווּ דו פֿאַרשטייסט נישט, קענסטו פֿרעגן אַ שאלה בײַ אַ רבֿ, וואָס פֿליט איבערן לבֿנהדיקן הימל.
שאַגאַלס יסודות ליגן אין דער ייִדישער טראַדיציע, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיטן טעקסט מער ווי אַנדערע רעליגיעס. דער באַרימטער קינסטלער האָט אָבער געשאַפֿן אַ וויזועלן סימבאָליזם, וואָס דערמעגלעכט אויסצודריקן די קולטורעלע געשיכטע פֿון ייִדן און דעם מיסטישן גײַסט פֿון ייִדישקייט. פֿון זײַנע קינדערישע שטעטל־זכרונות האָט ער אויסגעבויט אַן אייגענע איקאָנאָגראַפֿיע, וווּ דאָס טיפֿע רוחניות ווערט געשילדערט דורך פֿאַרשטענדלעכע פּאָפּולערע אימאַזשן. צוליב דער גרויסער פּאָפּולאַריטעט פֿון שאַגאַלס ווערק האָט זיך אָבער געשאַפֿן אַ מצבֿ, ווען זײַנע שטעטלדיקע סימבאָלן ווערן הײַנט אָפֿט באַנומען ווי כּמעט אַ קאַריקאַטור, וואָס פֿאַרוואַנדלט דאָס ייִדישע פֿאָלק גופֿא אין עפּעס אַ שטיק חוזק.
די נײַע אויסשטעלונג פֿון שאַגאַלס ווערק אינעם ניו־יאָרקער ייִדישן מוזיי, וואָס הייסט „שאַגאַל: ליבע, מלחמה און גלות‟, שטרעבט נישט צו צעשטערן דעם דאָזיקן פּאָפּולערן סטערעאָטיפּ. זי דערמאָנט אָבער, אויף אַ גאַנץ קאָמפּליצירטן אופֿן, אַז דער קינסטלער איז געווען אַן ערנסטער דענקער. אין זײַנע „נאַיִווע‟ סימבאָלן באַהאַלט זיך גענוג אָפֿט חושך, כּעס און ייִאוש.
די אויסשטעלונג פֿאָקוסירט זיך אויף דרײַ באַזונדערס שווערע פּעריאָדן אין שאַגאַלס לעבן: די צײַט, ווען ער האָט געמוזט פֿאַרלאָזן רוסלאַנד נאָך דער רעוואָלוציע און שלעפּן דעם גלות אין אויסלאַנד; ווען ער האָט געלעבט אין פֿראַנקרײַך בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה; און די מרה־שחורהדיקע יאָרן נאָך דעם טויט פֿון זײַן ווײַב, ביילע, וועלכע איז געשטאָרבן אינעם יאָר 1944. די נײַע מוזיי־עקספּאָזיציע ווײַזט, אַז קונסט קאָן דינען ווי אַ פֿאָרמע פֿון אויטאָ־ביאָגראַפֿיע. ווען מע קוקט זיך אַרײַן אין שאַגאַלס בילדער, קאָן מען אין זיי דערזען אָפּשפּיגלונגען פֿון זײַן לעבנס־מצבֿ.
ס׳איז פֿאַרשפּרייט אַ סטערעאָטיפּישער קוק אויף שאַגאַלן, לויט וועלכן זײַן אויסקלײַב פֿון בונטע קאָלירן, זײַן בפֿירושע פֿאַרבינדונג מיט דער רוסישער קריסטלעכער איקאָנאָגראַפֿישער טראַדיציע, ווי אויך אַנדערע פֿאָרמעלע עלעמענטן פֿון זײַנע שאַפֿונגען, זענען בלויז אַ צופֿעליק געמיש. ס׳איז טאַקע אמת, אַז שאַגאַל איז אַלעמאָל געווען אַ מין פּאָפּוליסטישער קינסטלער, דערפֿאַר קאָנען זײַנע ווערק באַטראַכט ווערן פֿון אַזאַ פּשוטן שטאַנדפּונקט.
הגם שאַגאַלס ווערק זענען פֿול מיט ייִדישע טעמעס, איז ער געווען אַ וועלטלעכער מענטש. נישט פּערזענלעכע רעליגיזע געפֿילן האָבן אים געבראַכט צו אַזאַ טעמאַטיק, נאָר זײַן פּחד, וואָס די ייִדישע טיף־רוחניותדיקע טראַדיציע וועט פֿאַרשוווּנדן ווערן נאָך דער רוסישער רעוואָלוציע. זײַענדיק פֿאַרטאָן אין נאָסטאַלגישע זכרונות, האָט ער געמאָלט רבנים, שילן און לאַנג־בערדיקע דאָרפֿישע תּושבֿים. זײַן צוגאַנג צו רעליגיע איז אָבער געווען דווקא אַן אומאָרטאָדאָקסישער, ווי מע זעט פֿון זײַן באַנוצן די קריסטלעכע עלעמענטן.
ווען מע קוקט אויף זײַנע בילדער פֿון מאַמעס, וואָס גיבן די מילך צו זייערע עופֿעלעך, זעט מען נישט די קריסטלעכע „מאַדאָנעס מיט יעזוסן‟, ווי מע טײַטשן זיי, געוויינטלעך, אָפּ, נאָר אַ דערשראָקענע ייִדישע פֿרוי — מרים — וואָס אַנטלויפֿט מיט איר קינד פֿון אַ וועלט, וואָס האַלט בײַם צעשטערט ווערן.
ווי אַ פּראָוואָקאַטיווער זשעסט, איז איינער פֿון די זאַלן בײַ דער אויסשטעלונג אינגאַנצן אָנגעפֿילט מיט שאַגאַלס שילדערונגען פֿונעם צעקרייצטן יעזוסן. דאָ זעט מען אָבער אויך, ווי דער קינסטלער דריקט אויס, אויף אַ מעטאַפֿאָרישן אופֿן, די טראַגישע יאָרן פֿאַר און בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.
די עקספּאָזיציע „ליבע, מלחמה און גלות‟ ברענגט צוריק צום לעבן דעם רעאַלן, קאָמפּליצירטן שאַגאַל, וואָס זײַן קונסט באַגרענעצט זיך ווײַט נישט בלויז מיט טאַנצנדיקע הענער און קאָמישע חתן־כּלות, וואָס פֿליִען אין הימל. פּונקט פֿאַרקערט, די מוזיי־באַזוכער וועלן אַלץ טיפֿער אַרײַנגעפֿירט אינעם קאָשמאַר. בײַם סוף, אינעם צימער, וואָס איז געווימדעט שאַגאַלס ווײַב ביילע, וועלכע איז טראַגיש אומגעקומען פֿון אַ ווירוס־אינפֿעקציע, טרעפֿן מיר אָבער ווידער, אויף אַ ווײַל, די ווייכע סענטימענטאַלע זײַט פֿונעם קינסטלערס שאַפֿונגען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.