ס׳איז דאָ אַן אַלט ווערטל, אַז קרובֿים זאָלן קיין מאָל נישט פֿירן קיין געשעפֿט צוזאַמען, ווײַל דאָס קאָן, חלילה, קאַליע מאַכן זייערע באַציִונגען.
דאָס איז אָבער בכלל נישט געשען אינעם ייִדישן ייִשובֿ סיינט־סאָפֿי/ניו־גלאָסקאָו, 30 מײַל פֿון מאָנטרעאָל, וווּ די קרובֿים פֿון אַ גרויסער צעצווײַגטער משפּחה האָבן במשך פֿון 90 יאָר בשותּפֿות אָנגעפֿירט מיט אַ הצלחהדיקער אָרטיקער פֿאַרם און מיטן איינציקן כּשרן האָטעל אינעם ראַיאָן, „קאָטענבערגס‟.
הגם דער ייִשובֿ איז שוין מער נישטאָ — הײַנט וווינט דאָרט בלויז איין ייִדישע משפּחה, און ס׳רובֿ פֿון די פֿאַרמער זענען פֿראַנציישע קאַנאַדער — האָבן די געוועזענע ייִדישע אײַנוווינער לעצטנס געפֿײַערט דעם 100סטן געבוירן־טאָג זינט דער גרינדונג פֿון דער שיל אין סיינט־סאָפֿי, וווּ די משפּחות האָבן יאָרן לאַנג געפּראַוועט זייערע יום־טובֿים און שׂימחות.
מער ווי 500 מענטשן זענען געקומען פֿון ישׂראל, קאַליפֿאָרניע, שיקאַגע און אַ צאָל שטעט איבער קאַנאַדע, לטובֿת דער פֿײַערונג. זיי האָבן זיך צוגעהערט צו די רעפֿעראַטן פֿון עטלעכע היסטאָריקער וועגן דער געשיכטע פֿון דעם אייגנאַרטיקן ייִשובֿ; זיך באַטייליקט אין אַ טור פֿון די ייִדישע היסטאָרישע ערטער; און דער הויכפּונקט — אַ כּוללדיקע אויסשטעלונג פֿון חפֿצים, וואָס האָבן זיך אָנגעזאַמלט פֿון יענע יאָרן. צווישן זיי: פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון די אַמאָליקע ייִדישע פֿאַרמער און האָטעל־אַרבעטער; אַ פּראָטאָקאָל פֿון אַ זיצונג פֿון דער שול־פֿאַרוואַלטונג אין 1928, אָנגעשריבן אין גאַנצן אויף ייִדיש; פֿאַרשידענע פֿאַרם־מכשירים; אַלטע שילדן, און אַפֿילו פּאָפּיראָסן־פּודעלעך, וואָס די געסט אינעם האָטעל האָבן דאָרט איבערגעלאָזט מיט איבער 50 יאָר צוריק.
„די אונטערנעמונג איז געווען אויסערגעוויינטלעך,‟ האָט דערקלערט מערל קאַסטנער, די וויצע־פּרעזידענטין פֿון פּראָגראַמען בײַ דער „ייִדישער גענעאָלאָגישער געזעלשאַפֿט פֿון מאָנטרעאָל‟. „אויפֿן טור האָט מען אונדז געוויזן די פֿאַרמען, הײַזער, דעם האָטעל, די שילן און אַלע אַנדערע ערטער פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן ייִשובֿ, און די אויסשטעלונג איז געווען זייער פֿאַרכאַפּנדיק.‟ אַ צווייטע אונטערנעמונג אויף דער טעמע, אָרגאַניזירט פֿון דער גענעאָלאָגישער געזעלשאַפֿט, האָט אויך שטאַרק אויסגענומען בײַם עולם, האָט קאַסטנער געזאָגט.
דער ייִשובֿ איז געגרינדעט געוואָרן נאָך דעם ווי די ערשטע ייִדישע אימיגראַנטן פֿון מיזרח־אייראָפּע זענען אָנגעקומען אין קאַנאַדע, אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט. באַראָן מאָריס ד׳הירש, אַ רײַכער ייִד פֿון פֿראַנקרײַך, האָט דורך דער „ייִדישער קאָלאָניזאַציע־אַסאָציאַציע‟ געהאָלפֿן די פּליטים פֿון די פּאָגראַמען אין רוסלאַנד, זיך באַזעצן אין צפֿון־אַמעריקע. הגם די ייִדישע אימיגראַנטן האָבן גאָרנישט געוווּסט וועגן פֿאַרמערײַ, האָט ער געהאַלטן, אַז דאָס וועט זײַן אַ מער אײַנגענעמע פּרנסה, איידער צו אַרבעטן אין די האַרבע באַדינגונגען פֿון די סוועטשעפּער אין די גרויסע שטעט.
פֿרעד רודי, איינער פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דעם צוזאַמענפֿאָר, און אַ 73־יאָריקער געוועזענער תּושבֿ פֿון דער פֿאַרם, האָט בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟ געזאָגט, אַז נישט אַלע ייִדן, וועלכע האָבן זיך דאָרט באַזעצט, האָבן געטאָן די זעלבע אַרבעט. „די וועלכע האָבן געוווינט אין סיינט־סאָפֿי, וווּ די ערד איז געווען פֿול מיט שטיינער, און דערפֿאַר נישט געטויגט פֿאַר קולטיווירן געוויקסן, האָבן געהאָדעוועט הינער און חזירים,‟ האָט ער דערקלערט. „אָבער די אימיגראַנטן, וועלכע האָבן זיך באַזעצט אין ניו־גלאַסקאָ, וווּ ס׳האָט געפֿלאָסן אַ גרויסער טײַך, האָבן פֿאַרפֿלאַנצט גרינסן.
„ווען מײַן עלטער־באָבע־זיידע זענען אַהערגעקומען, האָבן זיי געוואָלט ממשיך זײַן דאָס געשעפֿט פֿון מאַכן הילצערנע פֿעסער, אַזוי ווי זיי פֿלעגן טאָן אין דער ׳אַלטער היים׳,‟ האָט רודי געזאָגט, און טאַקע דערפֿאַר האָבן זיי זיך באַזעצט אין ניו־גלאַסקאָו. „זיי פֿלעגן אַרײַנלייגן די קלעצער אין טײַך, וווּ זיי זענען געשוווּמען צום טאַרטאַק אינעם שכנותדיקן שטעטל, און דאָרט האָט מען פֿון דעם געמאַכט דאָס געהילץ.‟
מאָרטימער דייוויס, אַ פֿאַרמעגלעכער אייגנטימער פֿון אַ טאַבאַ־פֿירמע, וואָס ד‘הירש האָט באַשטימט צו העלפֿן די נײַע ייִדישע פֿאַרמער, האָט אָפֿט מאָל געגעבן די אָרעמע פֿאַרמער זוימען צו פֿאַרפֿלאַנצן טאַבאַק. טאַקע דערפֿאַר איז טאַבאַק מיט דער צײַט באַקאַנט געוואָרן ווי אַ ייִדישע גערעטעניש, האָט רודי געזאָגט.
שפּעטער האָט די משפּחה זיך פֿאַרנומען מיט האָדעווען הינער, פּראָדוצירן מילך און אייער, און מיטן האָטעל. פֿרעדס טאַטע, ווילי רודי, האָט במשך פֿון 20 יאָר אויך געדינט ווי דער איינציקער ייִדישער בירגערמײַסטער אינעם ראַיאָן, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס ס׳רובֿ פֿון די אײַנוווינער זענען נישט געווען קיין ייִדן. „די גויים האָבן אים ליב געהאַט, ווײַל זיי האָבן דערפֿילט, אַז ער זאָרגט זיך פֿאַר זייערע אינטערעסן,‟ האָט פֿרעד געזאָגט. „ער איז געווען אַזוי איבערגעגעבן, אַז אַחוץ איין מאָל, לכּבֿוד זײַן 25סטן חתונה־יובֿל, איז ער קיין מאָל נישט אַרויס פֿון שטעטל. געבליבן אויף דער פֿאַרם און אָנגעפֿירט מיטן האָטעל אַ גאַנץ יאָר.‟
נאָך דעם ווי די משפּחות האָבן אָנגעהויבן זיך אַרויסציִען פֿון דאָרף, פֿלעגן זיי יעדן זומער צוריקקומען, און אײַנשטײן אין „קאָטענבערגס‟. אין די סוף־וואָכן האָט דער האָטעל צוגעגרייט מאָלצײַטן פֿאַר כּמעט 200 מענטשן.
אַמאָל זענען געקומען אין האָטעל אַזוי פֿיל „פּלעזשורניקעס‟ (פֿאַרגעניגן־זוכער), אַז ס׳איז פּשוט נישט געווען גענוג אָרט פֿאַר זיי. אין אַזאַ פֿאַל, האָבן די משפּחה־מיטגלידער פֿאַרדונגען די צימערן פֿון זייער אייגן הויז, און אַליין אײַנגעשטאַנען אינעם הינער־הויז. „מיר האָבן אויפֿגעראַמט ביידע שטאָק פֿונעם הינער־הויז, אַראָפּגעבראַכט אַלע הינער אויפֿן ערשטן שטאָק, און אויפֿן צווייטן שטאָק אויסגעשטעלט צײַטווײַליקע בעטלעך פֿאַר דער גאַנצער משפּחה,‟ האָט ער געזאָגט.
פֿאַר די יונגע לײַט, וואָס פֿלעגן יעדן זומער אַרבעטן אינעם האָטעל, כּדי צו מאַכן אַ פּאָר טאָלער, זענען די שלאָף־באַדינגונגען געווען נאָך מער פּרימיטיוו. „זיי זענען געשלאָפֿן אינעם שײַער — אויף בערגלעך היי,‟ האָט רודי געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.