די פֿאַרגאַנגענע וואָך, האָט דער טעלעוויזיע־קאַנאַל „ABC‟ אָנגעהויבן ווײַזן אַ נײַעם קאָמעדיע־סעריאַל, מיטן נאָמען „די גאָלדבערגס‟, וועגן אַן ענערגישער און אַקטיווער ייִדיש־אַמעריקאַנער משפּחה. דער סיפּור־המעשׂה קומט פֿאָר אין די 1980ער יאָרן. הגם אַ טייל מענטשן האָבן ליב נאָסטאַלגישע סצענעס, איז דער ערשטער עפּיזאָד געווען אַ ביסל צו אָנגעפֿילט מיט סטערעאָטיפּישע סימנים פֿון יענער תּקופֿה, באַקאַנט מיט אירע נאָען־רעקלאַמעס און לאַנגע געקרײַזלטע האָר. למשל, עס ווערט דערמאָנט די דעמאָלט פּאָפּולערע ראָק־גרופּע „REO Speedwagon‟ און די נעץ פֿון מוזיקאַלישע קראָמען „Sam Goody‟.
בדרך־כּלל, פֿאָלגט די נײַע „סיטואַציע־קאָמעדיע‟ נאָכן טיפּישן מאָדעל פֿון אַזעלכע פּראָגראַמען. איין פּערסאָנאַזש איז די מאַטריאַרכיש־דעספּאָטישע מאַמע פֿונעם גאָלדבערג־קלאַן, וואָס הייסט בעווערלי (די אַקטריסע ווענדי מאַק׳לענדאָן קאָווי). איר מאַן, מוירי (דזשעף גאַרלין), איז אַ ווייכער מענטש, וואָס זעט, פֿון דער זײַט, אויס ווי אַ שווערער. עריקאַ (היילי אָראַנטיאַ) ווייסט גאַנץ גוט, אַז זי איז שיין. בערי (טרוי דזשענטײַל) איז אַלעמאָל נערוועז און אַדאַם (שאָן גיאַמבראָן) איז אַ קלוג קינד, וואָס רעקאָרדירט די משפּחה־געשיכטע מיט זײַן גרויסער אַלטמאָדישער ווידעאָ־קאַמערע.
ווי אין אַ געוויינטלעכער משפּחה־קאָמעדיע, ווערן די פּערסאָנאַזשן כּסדר אויפֿגערעגט און פֿאָרט האָבן זיי זייער ליב איינער דעם צווייטן. אַ טייל מענטשן האָבן באַמערקט, אַז „די גאָלדבערגס‟ איז ענלעך צו „די וווּנדערלעכע יאָרן‟ — אַ סעריע פֿון דראַמאַטיש־קאָמישע טעלעוויזיע־פֿילמען, וואָס „ABC‟ האָט געוויזן מיט 25—20 יאָר צוריק. דער ייִחוס פֿונעם נײַעם סעריאַל איז, אין דער אמתן, נאָך עלטער. דער ערשטער גילגול פֿון „די גאָלדבערגס‟ האָט מען געשפּילט אינעם יאָר 1929, וואָס אויפֿן סמך פֿון דעם האָט די אַקטריסע און שרײַבערין גערטרוד בערג געשאַפֿן, אָנהייבנדיק פֿון 1949, אַ 8־יאָריקן ציקל פֿון טעלעוויזיע־פּראָגראַמען. דער נײַער סעריאַל איז אָבער נישט אַ נײַער וואַריאַנט פֿונעם אָריגינאַל, נאָר אַן אויטאָ־ביאָגראַפֿישער פּראָיעקט פֿון אַדם גאָלדבערג, וועלכער פֿלעגט טאַקע פֿילמירן, זײַענדיק אַ קינד, דאָס לעבן פֿון זײַן משפּחה.
דערצו, פֿאַרשטייט זיך, האָט דאָס לעבן אין אַמעריקע זיך שטאַרק געביטן פֿון די 1940ער ביז 1980ער יאָרן. אין פֿאַרגלײַך מיטן אָריגינאַל, רעדן די עלטערן שוין אויף ענגליש אָן דעם מיזרח־אייראָפּעיִשן אַקצענט. פּאָפּס, דער עלטסטער אין דער משפּחה, זעט אויס ווי אַן עכטער אַמעריקאַנער, און נישט ווי דער שטעטלדיקער „פֿעטער דוד‟ פֿונעם אַלטן סעריאַל. דער „האָליוווּד‟ גופֿא האָט זיך אויך געביטן. די אָריגינעלע „גאָלדבערגס‟ זענען געווען כּמעט די איינציקע ייִדישע פּערסאָנאַזשן אויף דער אַמעריקאַנער טעלעוויזיע; הײַנט איז עס פֿאַר קיינעם נישט קיין גרויסער חידוש.
עס זענען אויך פֿאַראַן ענלעכקייטן צווישן דעם אַלטן און נײַעם סעריאַל. אין ביידע פֿאַלן, נישט געקוקט אויפֿן נאָמען, האָבן זיי ווייניק שײַכות צו ייִדישקייט. אַדרבה, זיי ווײַזן דאָס לעבן פֿון אַ טיפּיש־אַמעריקאַנער אַסימילירטע משפּחה. דערווײַל איז שווער פֿאָרויסצוזאָגן, ווי אַזוי די פּראָגראַם וועט זיך אַנטוויקלען ווײַטער. האָפֿנטלעך, וועט מען אָפּלאָזן דעם נאָסטאַלגישן אימפּולס און קאַריקאַטורישע עלעמענטן לטובֿת מער קאָמפּליצירטע סוזשעטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.