די איראַנישע רעגירונג האָט גוטגעהייסן דעם מאָמעראַנדום, געחתמעט מיט נײַן חדשים צוריק, אויסצופֿאָרשן צוזאַמען מיט די אַרגענטינער אינסטאַנצן דעם באָמבע־אַטאַק אויפֿן ייִדישן צענטער „AMIA‟ אין בוענאָס־אײַרעס. די טראַגעדיע איז געשען אין יולי 1994; בעת דעם אויפֿרײַס אינמיטן דער אַרגענטינער הויפּשטאָט זענען אומגעקומען 85 מענטשן און נאָך צענדליקער פֿאַרוווּנדעט געוואָרן.
שבת, דעם 29סטן סעפּטעמבער, האָט דער איראַנישער אויסערן־מיניסטער מאָכאַמאַד דזשאַוואַד זאַריף געמאָלדן אינעם ניו־יאָרקער הויפּטשטאַב פֿון דער „יו־ען‟, אַז די קאָמפּעטענטע אינסטאַנצן פֿון זײַן לאַנד האָבן אָנגענומען דעם צווייזײַטיקן הסכּם צו קאָאָפּערירן מיט די אַרגענטינער אויספֿאָרשער, ווי עס האָט איבערגעגעבן די צײַטונג „בוענאָס־אײַרעס העראָלד‟. זאַריף און זײַן אַרגענטינער קאָלעגע, עכטאָר טימערנאַן, האָבן אונטערגעחמעט דעם אָפּמאַך צוזאַמען.
די פֿאַרגאַנגענע וואָך, בעת איר רעדע בײַ דער גענעראַל־אַסאַמבלעע פֿון דער „יו־ען‟, האָט קריסטינאַ פֿערנאַנדעז, די פּרעזידענטין פֿון אַרגענטינע, געבעטן די איראַנישע רעגירונג צו דערקלערן, וואָס זי קלײַבט זיך צו טאָן מיטן דערמאָנטן מעמאָראַנדום. פֿערנאַנדעז האָט געבעטן אָנצוגעבן אַ קאָנקרעטע דאַטע, ווען אַ ריכטער זאָל קומען קיין טעהעראַן פֿון איר לאַנד, כּדי זיך צו באַטייליקן אינעם מישפּט־פּראָצעס.
דערווײַל האָט מען נאָך נישט באַשלאָסן, ווען די אַרגענטינער אויספֿאָרשער וועלן אָנהייבן אויסהערן די פֿאַרדעכטיקטע אין איראַן. כּדי דאָס צו טאָן, וועלן די רעגירונגען פֿון ביידע לענדער אויסטוישן די הסכּם־דאָקומענטן. אָנהייב נאָוועמבער, פּלאַנירט מען דורכצופֿירן אין זשענעווע אַ נײַע באַגעגעניש צווישן די אַרגענטינער און איראַנישע מלוכה־פֿאָרשטייער. ביידע רעגירונגען וועלן מוזן אָננעמען אַלע כּללים און אינסטרוקציעס פֿון אַן אומאָפּהענגיקער יורידישער קאָמיסיע, וואָס מוז קומען פֿון אַנדערע לענדער, כּדי צו אַנאַליזירן די רעזולטאַטן פֿון דער אויספֿאָרשונגען, וואָס מע האָט געזאַלמלט וועגן דעם באָמבע־אויספֿרײַס אינעם צענטער „AMIA‟. די אינטערנאַציאָנאַלע קאָמיסיע וועט דעמאָלט צונויפֿשטעלן אַ מישפּט־באַריכט.
די אָפֿיציעלע ייִדישע קהילה־אינסטאַנצן אין אַרגענטינע, אַ צאָל אינטערנאַציאָנאַלע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, ווי אויך די רעגירונגען פֿון ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָבן פּראָטעסטירן קעגן דעם קאָאָפּעראַציע־מעמאָראַנדום, וועלכער איז אָנגענומען געוואָרן אין יאַנואַר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.