די גרעסטע ייִדישע קהילה־אָרגאַניזאַציע אין בערלין האַלט בײַם צעפֿאַלן זיך צוליב די אינערלעכע סיכסוכים. הרבֿ יהושע שפּינער, דער עקזעקוטיווער וויצע־פּרעזידענט און דער הויפּט־פֿאַרוואַלטער בײַם בערלינער אָפּטייל פֿון דער „פֿונדאַציע אויפֿן נאָמען פֿון ראָנאַלד לאַודער‟, האָט איבערגעגעבן, אַז די אָרגאַניזאַציע איז „כּמעט אינגאַנצן אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ כאַאָס‟, און האָט גערופֿן „אַלע ייִדן אין דער וועלט‟ צו העלפֿן. לויט קלאַודיאַ קעלערס אַרטיקל אין דער חשובֿער צײַטונג „דער טאַגעסשפּיגעל‟, האָט די קהילה זיך נאָך קיינמאָל נישט געפֿונען אין אַזאַ שוואַכן מצבֿ.
אינעם עפּיצענטער פֿון דער קאָנטראָווערסיע שטייט דער פּרעזידענט פֿון דער „בערלינער ייִדישער געמיינדע‟, גדעון יפֿה — אַ רוסיש־רעדנדיקער אימיגראַנט, וועלכער רעפּרעזענטירט אַ ברייטן און שאַרפֿן דעמאָגראַפֿישן בײַט, וועלכער האָט געביטן דאָס פּנים פֿון ייִדישקייט אין דײַטשלאַנד במשך פֿון די לעצטע יאָרן. זײַענדיק אַ קליין קינד, איז יפֿה אָנגעקומען קיין דײַטשלאַנד פֿון ישׂראל, וווּ ער איז געבוירן געוואָרן אינעם יאָר 1972. זײַנע עלטערן זענען אַהין אַוועקגעפֿאָרן פֿון לעטלאַנד פֿאַר דער גרויסער אימיגראַציע־כוואַליע.
אַ ריזיקע צאָל אימיגראַנטן פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, צוזאַמען מיט טויזנטער ישׂראלים, האָט ראַדיקאַל טראַנספֿאָרמירט דאָס ייִדישע לעבן אין דײַטשלאַנד, וווּ עס זענען געבליבן לעבן נאָכן חורבן בלויז אַ קליינע צאָל אָרטיקע ייִדן. שפּינער זאָרגט זיך, אַז די אינערלעכע סתּירות אין דער קהילה־אָרגאַניזאַציע, וועלכע רופֿן אַרויס אַ נעגאַטיווע רעאַקציע אין דער פּרעסע, קאָנען קאַליע מאַכן דעם אַלגעמיינעם מצבֿ פֿון ייִדן אין דײַשלאַנד. הײַנט צו טאָג, באַציִען זיך די דײַטשישע מלוכישע אינסטאַנצן באַזונדערס סענסיטיוו צו די ייִדישע ענינים און שטיצן די קהילות.
די ייִדישע מאַסן־אימיגראַציע קיין דײַטשלאַנד האָט זיך אָנגעהויבן אין די 1990ער יאָרן, נאָכן פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. צוליב דעם, האָט די ייִדישע באַפֿעלקערונג, אומגעבראַכט בעתן חורבן, ווידער דערגרייכט אַ רעלאַטיוו־גרויסן ניוואָ פֿון בערך 120,000 נפֿשות. פֿאַר דער מלחמה, האָבן אין דײַטשלאַנד געלעבט איבער אַ האַלב מיליאָן ייִדן. פֿאַר דער מאַסן־אימיגראַציע פֿון די רוסיש־שפּראַכיקע ייִדן, האָט די אָרטיקע ייִדישע באַפֿעלקערונג באַטראָפֿן בלויז 25,000 נפֿשות.
יפֿהס סתּירותדיקע פֿירערשאַפֿט אין דער קהילה־אָרגאַניזאַציע האָט אַרויסגערופֿן אַ סך קריטיק צוליב דעם פֿאַרמאַכטן און אומפּראָפֿעסיאָנעלן כאַראַקטער פֿון זײַנע פֿינאַנציעלע און אָרגאַניזאַטאָרישע אָפּעראַציעס. ווי אַ רעזולטאַט, איז די קהילה שולדיק דער בערלינער מוניציפּאַליטעט עטלעכע מיליאָן איוראָ.
יפֿה האָט זיך אָפּגעזאָגט צו געבן אַן אינטערוויו, נישט געקוקט אויף עטלעכע בקשות. ער האָט אויך אַרויסגעוויזן אַן אומוויליקייט צו באַהאַנדלען מיט דער רעגירונג, ווי געהעריק, די פּראָבלעם פֿון זײַן אָרגאַניזאַציע. פֿונדעסטוועגן, בלײַבט ער נאָך אַלץ פּאָפּולער צווישן די רוסיש־רעדנדיקע ייִדן. לויט דעם חשבון פֿונעם „אַמעריקאַנער ייִדישן קאָמיטעט‟, זענען בלויז בערך אַ העלפֿט פֿון די ייִדישע דײַטשישע בירגער אין בערלין מיטגלידער פֿון דער קהילה. אַחוץ דעם, וווינען אין דער שטאָט אַרום 18,000 ישׂראלדיקע בירגער; בלויז אַ קליינע צאָל פֿון זיי האָבן אַ וואָס־ניט־איז שײַכות צו דער אָפֿיציעלער קהילה. בסך־הכּל, וווינען הײַנט אין בערלין 40־50 טויזנט ייִדן, אַרײַנגערעכנט בערך 25 טויזנט קהילה־מיטגלידער.
די „בערלינער ייִדישע געמיינדע‟ ווערט הײַנט אַסאָציִיִרט מיט די רוסישע אימיגראַנטן. ווײַט נישט אַלע פֿון זיי זענען אָבער מיט איר צופֿרידן. דער אַדוואָקאַט סערגיי לאַגאָדינסקי, איינער פֿון די 21 מיטגלידער בײַ דער רעפּרעזענאַנטן־אַסאַמבלעע פֿון דער אָרגאַניזאַציע, האָט זי קריטיקירט פֿאַר ביוראָקראַטיע און אומפֿרײַנדלעכקייט. ער גלייבט אָבער, אַז ס׳איז וויכטיק אָפּצוהיטן די קאָנצעפּציע פֿון דער „פֿאַראייניקטער ייִדישער קהילה‟. אַ סך אַנדערע ייִדן ווילן אָבער גאָרנישט טאָן מיט דער אָפֿיציעלער קהילה־אָרגאַניזאַציע.
ס׳רובֿ אויסגעפֿרעגטע בערלינער ייִדן האָבן געזאָגט דעם ענגלישן „פֿאָרווערטס‟, אַז זיי זענען געשטימט קעגן יפֿה. דער דירעקטאָר פֿון חב״ד אין בערלין, יהודה טײַכטאַל, האָט אָבער דווקא פֿאַרטיידיקט די אָרגאַניזאַציע און געמאָלדן, אַז זי פֿונקציאָנירט נאָך אַלץ, ווי געהעריק. „ווען איך בעט זיי צו העלפֿן, באַקום איך תּמיד וואָס איך דאַרף‟. טײַכטאַל האָט אָבער אויך צוגעגעבן, אַז ס׳איז צומאָל שווער זיך „צו דערקלאַפּן‟ צו יפֿה.
מיכל זמיר, אַ 39־יאָריקע ישׂראלדיקע פֿרוי, וואָס וווינט אין בערלין, האָט דערקלערט, אַז אַ סך אָרטיקע ישׂראלים זענען וועלטלעכע לינק־געשטימטע קינסטלער. אַ טייל פֿון זיי זענען אַוועקגעפֿאָרן קיין דײַטשלאַנד צוליב זייער פּראָטעסט קעגן דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק לגבי די פּאַלעסטינער.
די ראַבינערין געזאַ עדערבערג, וואָס פֿירט אָן מיט דער סינאַגאָגע אויף דער אָראַניענבורגער שטראַסע, האָט דערקלערט, אַז אין בערלין בליט הײַנט אַ פֿאַרשיידנאַרטיק ייִדיש לעבן, וואָס נייטיקט זיך נישט אין אַ צענטראַליזירטער קהילה־אָרגאַניזאַציע. פֿונדעסטוועגן, האָט זי צוגעגעבן, מוז איר שול קריגן די שטיצע פֿון דער האַלב־צעפֿאַלענער „געמיינדע‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.