דער ייִדישער פֿאָלקלאָריסט, געווינער פֿונעם „פּרס־ישׂראל‟, פּראָפֿ׳ דבֿ נוי איז אַוועק אין דער אייביקייט דעם 29סטן סעפּטעמבער 2013 אין עלטער פֿון 92 יאָר. מע קען בלי־ספֿק זאָגן, אַז יאָרן לאַנג איז דבֿ נוי געווען באַקאַנט איבער דער וועלט ווי „דער‟ פֿאָלקלאָריסט אין ישׂראל, און ער האָט דעם כּבֿוד כּשר פֿאַרדינט. נוי האָט זיכער מער אויפֿגעטאָן — מער ווי אַלע אַנדערע פֿאַר אים — אַוועקצושטעלן די שטודיע פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר, די פֿאָלקלאָריסטיק, אויף דער זעלבער וויסנשאַפֿטלעכער מדרגה, ווי בײַ די אַנדערע פֿעלקער פֿון דער וועלט. זײַן מבֿינות האָט אײַנגעשלאָסן דעם פֿאָלקלאָר און די עטנאָגראַפֿיע פֿון די אַשכּנזישע און ספֿרדישע קהילות, ווי אויך קלענערע ייִדישע עדות איבער דעם וועלט.
נויס דיסערטאַציע, אַן אינדעקס פֿון די פֿאָלקלאָר־מאָטיוון אין דער תּלמוד־מדרש-ליטעראַטור, האָט אים קונה־שם געמאַכט בײַם סאַמע אָנהייב פֿון זײַן קאַריערע. באַלד נאָך דעם ווי ער האָט פֿאַרענדיקט זײַן דיסערטאַציע האָט דער פֿאָלקלאָריסט סטיט טאָמפּסאָן אַרײַנגענומען נויס אינדעקס ווי אַ טייל פֿון זײַן 6־בענדיקן מאָטיוו־אינדעקס פֿון דער וועלט־פֿאָלק־ליטעראַטור, און אַזוי אַרום, איז די ייִדישע פֿאָלק־ליטעראַטור געוואָרן אַ טייל פֿון דעם וויכטיקן רעפֿערענץ־ווערק.
דבֿ נוי (נוימאַן) איז געבוירן געוואָרן אין קאָלאָמיי, מיזרח־גאַליציע, פּוילן, אין 1920 און האָט עולה געווען קיין פּאַלעסטינע אין 1938, וווּ ער האָט שטודירט אינעם „העברעיִשן אוניווערסיטעט‟. מיטן אוניווערסיטעט איז ער שוין געבליבן פֿאַרבונדן כּמעט זײַן גאַנץ לעבן. ווי אַ לערער, האָט ער אָנגעהויבן זײַן אַרבעט אין 1955 און פֿאַרנומען די „מאַקס גרונוואַלד־קאַטעדרע פֿון פֿאָלקלאָר און העברעיִשער ליטעראַטור‟. נוי האָט געהאַט אַ גרויסע השפּעה אויף דער שטודיע פֿון פֿאָלקלאָר, בפֿרט אין ישׂראל, נישט בלויז דורך זײַן פֿאָרשונג, נאָר אויך דורך זײַנע תּלמידים, וועלכע זענען געוואָרן די הײַנטיקע פֿאָלקלאָר־פּראָפֿעסאָרן איבערן לאַנד.
געוויינטלעך, ספּעציאַליזירן זיך די פֿאָלקלאָריסטן אויף געוויסע זשאַנערן — למשל — לידער, פֿאָלקס־מעשׂיות, פֿאָלקס־קונסט. נוי האָט געהאַט אַ ברייטן פֿאַרשטאַנד פֿון אַלע זשאַנערן פֿון פֿאָלקלאָר, כאָטש, די פֿאָלק־מעשׂה און לעגענדע זענען טאַקע געווען זײַן הויפּט־אינטערעס. אין 1956 האָט ער געגרינדעט דעם „ישׂראל־פֿאָלק־מעשׂה־אַרכיוו‟ אין חיפֿה. ער און זײַנע סטודענטן האָבן פֿאַרשריבן צענדליקער טויזנטער מעשׂיות פֿונעם פֿאָלקסמויל פֿון כּלערליי עדות ייִדן אין לאַנד. דער דאָזיקער אַרכיוו שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן אויסערגעוויינטלעכן אוצר, וואָס טיילן פֿון דעם ווערן איצט אַרויסגעגעבן אין ענגלישער איבערזעצונג ווי Folktales of the Jews רעדאַקטירט פֿון פּראָפֿ׳ דן בן־עמוס. עלען פֿרענקעל, די פֿאַרלעגערין פֿון דער „ייִדישער פּובליקאַציע־געזעלשאַפֿט‟, וועלכע גיט אַרויס די זאַמלונגען, שרײַבט אין אַן אַרײַנפֿיר־וואָרט וועגן נוי און דעם אַרכיוו — „ער איז געווען אַן אומבאַקאַנטער העלד, וואָס זײַנע באַמיִונגען האָבן געהאָלפֿן אויפֿהאַלטן אַ ייִדישע ליטעראַרישע ירושה, וואָס איז נישט ווייניקער ווערט ווי די הייליקע ספֿרים, וואָס ייִדן געבן זיי אָפּ אָפּשײַ שוין הונדערטער יאָרן.‟
צענדליקער ביכער האָט נוי אַרויסגעגעבן און רעדאַקטירט, און וווּ נאָר ס‘איז אָפּגעהאַלטן געוואָרן אַ פֿאָלקלאָר־קאָנפֿערענץ אָדער ־סימפּאָזיום איבער דער וועלט האָט ער זיך דאָרט באַטייליקט. ער איז געווען אַ גלענצנדיקער רעדנער, און אָפֿט, האָט אָן קיין שום נאָטיצן, פֿלעגט ער אינטערעסאַנט איבערגעגעבן טיפֿע געדאַנקען וועגן פֿאָלקלאָר בײַ ייִדן, און האָט געקענט פֿאַרבינדן זשאַנערן, קהילות און טראַדיציעס — ס‘איז אים אָנגעקומען לײַכט.
זײַן ברייטהאַרציקייט צו העלפֿן סטודענטן און ייִנגערע קאָלעגעס און אַנדערע פֿאָלקלאָריסטן איז אויך געווען גוט באַקאַנט. די טיר פֿון זײַן דירה אין ירושלים איז יאָרן לאַנג געווען אָפֿן יעדן מאָנטיק בײַ טאָג, און געסט פֿון דער גאַנצער וועלט האָבן זיך דאָרטן באַקענט בײַ אַ גלעזל טיי און „ראָזשינקעס מיט מאַנדלען‟. ווער עס האָט נאָר געהאַט אַ קשיא פֿאַר אים, האָט אים תּמיד געקענט דערגרייכן אויפֿן טעלעפֿאָן און מיט אים דורכשמועסן דעם ענין.
זאָל אויך דערמאָנט ווערן, אַז פּראָפֿ׳ נוי האָט געשטיצט ייִדיש, און כאָטש ער האָט געפֿאָרשט אַלע ייִדן, האָט דער ייִדישער פֿאָלקלאָר אויף ייִדיש פֿאַרנומען אַ וויכטיק אָרט אין זײַן האַרץ און מוח. אַ דאַנק אים, האָט מען אַרויסגעגעבן די זאַמלונגען פֿון שמואל־זײַנוול און עוזר פּיפּע, און אַ נײַע אויסגאַבע פֿון דער זאַמלונג פֿאָלקסלידער פֿון גינזברונ און מאַרעק. ער איז געווען אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש־פֿאָלקלאָר אין „בר־אילן אוניווערסיטעט‟ פֿון 1985 ביז 1992 און ווען דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז זיך צעפֿאַלן, האָט ער יאָרן לאַנג אָנגעפֿירט מיט עקספּעדיציעס איבער די שטעטלעך פֿון רוסלאַנד און אוקראַיִנע, און אינספּירירט נײַע דורות צו לערנען זיך ייִדיש און פֿאָרשן ייִדישן פֿאָלקלאָר.
כּבֿוד זײַן אָנדענק!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.