מאָטי ווײַס און דבֿורה (דעב) טאַמבור, אַ יונג פֿאַרליבט פּאָרל אין ברידזשטאָן, ניו־דזשערזי, האָבן געהאַט אַ שיינעם מינהג. נײַן אַ זייגער יעדן אינדערפֿרי פֿלעגט זי אים מאַכן אַ טעפּל קאַווע און עס צוברענגען צו זײַן אַרבעטפּלאַץ, אַן אויטאָ־רעפּאַראַטור־געשעפֿט.
פֿאַראַכטאָגן פֿרײַטיק האָט זי זיך אָבער נישט באַוויזן. לכתּחילה האָט מאָטי געמיינט, אַז זי האָט פּשוט באַשלאָסן צו שלאָפֿן אַ ביסל לענגער ווי געוויינטלעך, האָט ער זי געלאָזט שלאָפֿן. אָבער ווען זי האָט אַ גאַנצן אינדערפֿרי נישט געענטפֿערט אויפֿן טעלעפֿאָן, האָט ער אָנגעהויבן זיך זאָרגן און איז גיך אַהיימגעפֿאָרן. אַרײַנגעלאָפֿן אין דער שטוב, האָט ער זי געפֿונען ליגן אויף ד׳רערד אין שלאָפֿצימער; לעבן איר — צוויי ליידיקע פֿלעשלעך פּילן און אַ האַלב־ליידיקן פֿלאַש אַלקאָהאָל. ער האָט תּיכּף אָנגעקלונגען 911, אָבער ווען דער אַמבולאַנס איז אָנגעקומען, איז שוין געווען צו שפּעט…
די פּטירה פֿון דבֿורה טאַמבור האָט אַרויסגערופֿן אַ שטאַרקן מיטגעפֿיל מצד דער „פֿייסבוק‟־קהילה פֿון ייִדן, וועלכע זענען, ווי מאָטי און דבֿורה, דערצויגן געוואָרן אין די חסידישע קרײַזן, אָבער זענען הײַנט מער נישט פֿרום. דבֿורה, אַ געגטע מאַמע פֿון צוויי קינדער, וועלכע קומט פֿון אַ סקווערער משפּחה, האָט געליטן שטאַרקע יסורים, נאָך דעם ווי זי האָט פֿאַרלוירן דעם אויפֿזיכט אויף אירע קינדער. הגם איר משפּחה האָט געטענהט, אַז די סיבה פֿאַר איר פֿאַרלירן דעם אויפֿזיכט איז געווען איר דעפּרעסיע, האָבן אירע נענטסטע פֿרײַנד געזאָגט, אַז די אמתע סיבה איז געווען, ווײַל דבֿורה איז געווען אויס פֿרום. די ראַיה: בײַ אַנדערע דעפּרעסיווע מאַמעס, וועלכע זענען נאָך אַלץ אַ טייל פֿון דער חסידישער קהילה, נעמט מען בדרך־כּלל נישט צו די קינדער.
ווי עטלעכע פֿון אירע פֿרײַנד האָבן איבערגעגעבן דעם „פֿאָרווערטס‟, האָט דבֿורהס אייגענער טאַטע איבערגעצײַגט דעם געריכט אין ניו־סקווער צוצונעמען בײַ איר דעם אויפֿזיכט אויף די קינדער, און סײַ איר טאַטע, סײַ די צווייטע פֿרוי פֿון איר געוועזענעם מאַן, האָבן דבֿורהן אַזוי באַרעדט, אַז אירע קינדער האָבן זי מער נישט געוואָלט זען.
„זי האָט שטאַרק פֿײַנט געהאַט דעם טאַטן,‟ האָט מאָטי געזאָגט, כאָטש קיין סך פּרטים וועגן איר אומגליקלעכן לעבן האָט זי אים נישט אויסגעזאָגט. איין זאַך האָט זי אים אָבער יאָ דערציילט: איר פֿעטער האָט זי קינדווײַז סעקסועל באַלעסטיקט. אויב אַזוי, איז איר דעפּרעסיע מער פֿאַרשטענדלעך. ווי ס׳איז גוט באַקאַנט, איז דעפּרעסיע אַ פֿאַרשפּרייטער סימפּטאָם בײַ מענטשן, וועלכע זענען אַ מאָל סעקסועל באַעוולט געוואָרן.
דבֿורהס גוטער פֿרײַנד, ישׂראלי, אַ 22־יאָריקער געוועזענער סקווערער חסיד, וועלכער האָט זיך באַקענט מיט איר דורכן מאָנסי־צווײַג פֿון דער אָרגאַניזאַציע Footsteps, האָט געזאָגט, אַז דבֿורה האָט מיט יאָרן פֿריִער דערציילט איר געוועזענעם מאַן וועגן דער באַלעסטיקונג, און ער האָט איר געפּרוּווט העלפֿן. „ער איז אַפֿילו געגאַנגען צום סקווערער רבין וועגן דעם, אָבער דער רבי האָט נישט געוואָלט הערן דערפֿון,‟ האָט ישׂראלי געזאָגט.
זונטיק אויף דער נאַכט האָבן בערך 40 דבֿורהס פֿרײַנד און באַקאַנטע זיך פֿאַרזאַמלט בײַם לוויה־הויז אין ניו־סקווער, וואַרטנדיק, צו הערן וווּ און ווען ס׳וועט פֿאָרקומען די לוויה. שעהען לאַנג זענען זיי געשטאַנען אין דער קעלט, אָבער קיינער פֿונעם לוויה־הויז אָדער פֿון דער קהילה האָט זיי נישט געלאָזט וויסן, אַז דבֿורהס משפּחה האָט דערווײַל שטילערהייט באַשטעלט די לוויה אויפֿן צווייטן אינדערפֿרי אין וועסט־באַבילאָן, לאָנג־אײַלאַנד. ווען מאָטי האָט מאָנטיק אין דער פֿרי זיך דערוווּסט וועגן דעם, איז שוין געווען צו שפּעט, ער זאָל אַהין צופֿירן — אַ זאַך וואָס האָט אים שטאַרק אויפֿגעבראַכט.
„די לעצטע זאַך, וואָס דעב וואָלט געוואָלט איז, אַז דווקא איר טאַטע זאָל זי באַערדיקן,‟ האָט מאָטי געזאָגט. מאָטי האָט אָבער געלויבט דבֿורהס ברידער, וועלכע האָבן אַרויסגעוויזן סענסיטיווקייט צו אים נאָך זייער שוועסטערס טויט.
„זיי זענען עקסטרע געקומען קיין מאָנסי מיך אָפּנעמען, און מיך געבראַכט קיין ניו־סקווער, צום ׳מיניווען׳, וווּ ס׳איז געלעגן איר אָרון,‟ האָט מאָטי געזאָגט. „זיי האָבן מיך אַפֿילו באַדאַנקט פֿאַר מאַכן זי גליקלעך.‟
אַ סך אַנדערע מענטשן, וועלכע האָבן געקענט דבֿורהן, האָבן אויך באַמערקט ווי צופֿרידן זי האָט אויסגעזען במשך פֿון די לעצטע חדשים, און טאַקע דערפֿאַר האָט איר זעלבסטמאָרד אַזוי שאָקירט אַלעמען. „ערשט מיט צוויי וואָכן צוריק האָט זי מיר געזאָגט, אַז זי וויל מיט מיר חתונה האָבן, און האָבן נאָך קינדער,‟ האָט מאָטי מיט אַ צידערדיק קול געזאָגט.
צום גליקלעכסטן איז זי געווען, ווען זי האָט געפּרוּווט העלפֿן אַנדערע מענטשן, וואָס האָבן אַליין פֿאַרלאָזט די חסידישע וועלט, אָדער וואָס האָבן געקלערט עס צו טאָן, האָט מאָטי געזאָגט. און טאַקע זינט איר טויט האָבן אַ צאָל פֿון אירע פֿרײַנד — סײַ די ווירקלעכע, סײַ די אויף „פֿייסבוק‟ — דערציילט וויפֿל זי האָט זיי געהאָלפֿן.
„זי איז געווען די ערשטע מיך צו נעמען אין קינאָ, צו זען מײַן ערשטן פֿילם, און מיך גענומען אין ׳וואָלמאַרט׳, צו קויפֿן מײַנע ערשטע נישט־חסידישע קליידער,‟ האָט ישׂראלי דערציילט. „ווען איך האָב נאָר געהאַט אַ שאלה, איז זי תּמיד געווען גרייט מיר צו ענטפֿערן, און זי האָט מיר קיין מאָל נישט געמאַכט פֿילן, אַז זי טוט מיר אַ טובֿה.‟
„זי האָט זיך באַצויגן צו מיר ממש ווי אַ מאַמע,‟ האָט ער געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.