דרײַ־דימענסיאָנעלער ירושלים

Jerusalem Gets the IMAX Treatment

אַ קאַדער פֿונעם נײַעם פֿילם
Dustin Farrell
אַ קאַדער פֿונעם נײַעם פֿילם

פֿון פּעני שוואַרץ (ייִט״אַ)

Published October 02, 2013, issue of October 25, 2013.

די פֿאַרגאַנגענע וואָך איז אינעם „באָסטאָנער מוזיי פֿון וויסנשאַפֿט‟ פֿאָרגעקומען די פּרעמיערע פֿונעם ערשטן סטערעאָ־פֿילם וועגן ירושלים, וואָס קאָן דינען סײַ ווי אַ ווירטועלער באַזוך אין דער שטאָט, סײַ ווי אַ מיטל פֿון קולטורעלער דיפּלאָמאַטיע. דער פֿילם Jerusalem איז באַגרינדעט אויף דער טעכנאָלאָגיע, וואָס ווערט באַנוצט אין די קינאָטעאַטערס — IMAX, און דערמעגלעכט צו ווײַזן רעאַליסטישע דרײַ־דימענסיאָנעלע סצענעס. די צוקוקער קאָנען זיך פֿאָרשטעלן, אַז זיי געפֿינען זיך אין דער אוראַלטער שטאָט און זעען די היסטאָרישע ערטער פֿון אַ זעלטענער שיינער פּערספּעקטיוו.

אינעם פֿילם, וואָס דויערט 45 מינוט, זעט מען פֿון דער לופֿטן, ווי די ייִדן הערן זיך צו צום דוכענען פֿון די כּהנים בײַם כּותל־המערבֿי; ווי די קריסטלעכע פּילגרימען גייען אַראָפּ אויפֿן „וויאַ דאָלאָראָסאַ‟, און ווי די מוסולמענער זענען מתפּלל דעם ערשטן טאָג פֿונעם חודש ראַמאַדאַן בײַ דער מעטשעט „אַל־אַקסאַ‟.

די אַרבעט איבערן פֿילם, וואָס ווערט פֿאַרשפּרייט דורך דער אַמעריקאַנער פֿירמע National Geographic Entertainment, האָט פֿאַרנומען פֿינף יאָר. די געוויזענע סצענעס ווערן באַגלייט מיטן קול פֿונעם בריטישן אַקטיאָר בענעדיקט קאָמבערבעטש. אין די קומענדיקע וואָכן וועט דער נײַער פֿילם געוויזן ווערן אין דרײַ־דימענסיאָנעלע קינאָטעאַטערס איבער גאַנץ אַמעריקע.

אַ דאַנק אַ גרויסער איבערגעגעבנקייט און געראָטענע פֿאַרהאַנדלונגען, האָט זיך די דרײַ פּראָדוצירער און עצה־געבער פֿונעם קינאָ־פּראָיעקט אײַנגעגעבן צו באַקומען אַ צוטריט צו די סענסיטיווסטע ערטער, וווּהין ס׳איז געוויינטלעך גאָר שווער אַרײַנצודרינגען מיט דער ווידעאָ־אַפּאַראַטור. כּדי דאָס צו טאָן, האָבן די קינעמאַטאָגראַפֿן דורכגעפֿירט צענדליקער באַגעגענישן מיטן די ישׂראלדיקע און פּאַלעסטינער פֿירער, ווי אויך מיט די מיליטערישע אינסטאַנצן פֿונעם צה״ל און אַ סך רעליגיעזע טוער, וועלכע פֿירן דעם קאָנטראָל איבער די הייליקע מקומות.

במשך פֿון מער ווי צוואָנציק יאָר האָט מען קיינמאָל נישט געלאָזט אַרומפֿליִען אויף אַ העליקאָפּטער איבער די ערטער, וווּ מע האָט פֿילמירט די סצענעס פֿון דער לופֿטן. כּדי זיך צו דערשלאָגן דאָס רעכט דאָס צו טאָן, האָבן די שאַפֿער פֿונעם פֿילם געפֿירט פֿאַרהאַנדלונגען במשך פֿון אַכט חדשים. פֿון פֿריִער, האָבן זיי געוואָרנט די ייִדישע און אַראַבישע באַפֿעלקערונג, זיי זאָלן זיך נישט זאָרגן וועגן דעם העליקאָפּטער־פֿלי. טיירען דייוויס, איינער פֿון די פּראָדוצירער, האָט דערקלערט בעת דער פּרעמיערע, אַז יעדער פּרט פֿון דער פֿילם־שאַפֿונג איז געווען פֿאַרבונדן מיט ערנסטע שוועריקייטן.

אַפֿילו דאָס פֿילמירן די פּשוטע סצענעס, וואָס האָבן נישט געפֿאָדערט קיין העליקאָפּטער־פֿלי, איז אָנגעגאַנגען נישט אַזוי גרינג. למשל, כּדי צו ווײַזן דעם כּותל־המערבֿי, האָט מען אײַנגעשטעלט אַ קאַמערע אויף אַ קראַן איבער די קעפּ פֿון די מתפּללים. כּדי צו באַקומען דאָס רעכט צו רעקאָרדיקן די פֿײַער־צערעמאָניע בעת דער אָרטאָדאָקסיש־קריסטלעכן פּאַסכע, האָט מען געמוזט באַקומען דערלויבעניש פֿון זעקס קירך־אָרגאַניזאַציעס. נאָך שווערער איז געווען צו באַקומען רשות פֿון דער מוסולמענישער אינסטאַנץ, וואָס פֿירט דעם קאָנטראָל איבער דעם הר־הבית.

עידו אַהרוני, וועלכער דינט הײַנט ווי דער ישׂראלדיקער גענעראַל־קאָנסול אין ניו־יאָרק, האָט שטאַרק געהאָלפֿן דורכצופֿירן די פֿאַרהאַנדלונגען. אַהרוני איז געווויר געוואָרן וועגן דעם קינאָ־פּראָיעקט מיט זעקס יאָר צוריק, ווען ער האָט אָנגעפֿירט מיט דער אָרגאַניזאַציע Brand Israel, וואָס שטרעבט צו פּאָפּולאַריזירן ישׂראל אַרום דער וועלט. ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז אַזאַ מעכטיק מיטל, ווי אַ דרײַ־דימענסיאָנעלער הויך־פּראָפֿעסיאָנעלער פֿילם, גיט אַן אוניקאַלע מעגלעכקייט צו פֿאַרשפּרייטן די ידיעות וועגן די ירושלימער קולטורעלע און היסטאָרישע אוצרות.

בעת דעם פֿילם, דערהערט מען די קולות פֿון דרײַ יונגע מיידלעך: אַ ייִדישע, קריסטלעכע און מוסולמענישע. דאַניעל פֿערגוסאָן, דער רעזשיסאָר, סצענאַריסט און איינער פֿון די פּראָדוצירער, האָט איבערגעגעבן דער ייִט״אַ, אַז הגם אַלע מיידלעך רעדן פֿרײַ אויף ענגליש, האָבן די קינעמאַטאָגראַפֿן רעקאָרדירט זייערע אייגענע ווערטער וועגן דעם רעליגיעזן, קולטורעלן און סאָציאַלן לעבן אין דער שטאָט.