די ישׂראלדיקע קולטור־פּאַרטיזאַנער

Israeli Culture Guerillas

אַ סאָלידאַריטעט־דעמאָנסטראַציע פֿון „גרילה תּרבות‟ אַנטקעגן דער פֿאַבריק אין צפֿון־ישׂראל
Ravid Rubner
אַ סאָלידאַריטעט־דעמאָנסטראַציע פֿון „גרילה תּרבות‟ אַנטקעגן דער פֿאַבריק אין צפֿון־ישׂראל

פֿון עדי מהלאל

Published October 04, 2013, issue of October 25, 2013.

זינט 2007 אַרבעט אין ישׂראל אַ גרופּע פּאָעטן און אַנדערע קולטור-אַקטיוויסטן, ווי מוזיקאַנטן, צו פֿאַרבינדן פּאָעזיע מיט אַקטועלע סאָציאַלע און פּאָליטישע קאַמפֿן. די גרופּע הייסט „גרילה תּרבות‟ אויף עבֿרית, וואָס מע קען אויף ייִדיש איבערזעצן ווי „קולטור־פּאַרטיזאַנער‟. זיי שעפּן זייער אינספּיראַציע פֿון פֿאַרשידענע קוואַלן, וואָס האָבן צו טאָן מיט אַ מין געמיש פֿון פּאָליטישן ראַדיקאַליזם מיט קולטור, און זיי ווילן שפּילן די ראָלע פֿון אַזאַ „טשע גאַוואַרע פֿון פּאָעזיע‟. זיי טרעפֿן זיך און לייענען פֿאָר זייערע טעקסטן אויף דער גאַס ווי אַ טייל פֿון אַרבעטער־דעמאָנסטראַציעס אַנטקעגן זייערע פֿאַבריקן. זיי גיבן אַרויס ספּעציעלע זאַמלונגען פֿון פּראָטעסט-פּאָעזיע קעגן מלחמות אין ישׂראל און פֿאַר שלום; און זייער אָנוועזנהייט בעת די סאָציאַלע פּראָטעסטן פֿון זומער 2011 איז געווען מערקווערדיק. זייערע טעטיקייטן ווערן אָפֿט פֿילמירט און מע קען זיי זען אויף „יו-טיוב‟ און אַנדערע קוואַלן.

זיי פּראָטעסטירן אויך קעגן דעם, וואָס עס טוט זיך בײַ זייערע שכנים אין מיטל-מיזרח. למשל, קעגן דער שחיטה אין סיריע, האָט איינער אַ מיטגליד פֿון „גרילה תּרבות‟, מתּי שמואלאָף, אָנגעשריבן דאָס ליד “זאָג נישט דעם פֿאַרטיידיקונג־מיניסטער, זאָג דעם מלחמה־מיניסטער‟ (אַל תאמר שׂר הביטחון, אמור שׂר המלחמה). אָט שרײַבט ער אין דעם ליד, איבערגעזעצט אויף ייִדיש:

וווּ זײַט איר געווען, קליינע קינדער,
אין בית־הקבֿרות, אָדער איר האָט „געשלונגען פֿילמען‟
איר זײַט געווען אויף די פֿוסבאָל־פֿעלדער פֿון די מתים
איר זײַט געווען פֿאַרשלאָסן בײַם „גרויסן ברודער” אָן געזעצן און כּללים
איר זײַט פֿאַרשיכּורט געווען, בעת די פֿירער האָבן צעבראָכן די כּלים
איר זײַט געווען אידיאָטן, בעת די גענעראַלן זענען געווען חכמים
איר זײַט געווען שטיל, בעת די ראַקעטן זענען אַראָפּגעפֿאַלן, און פֿאַלן ווײַטער
נאָך אַ ביסל, נאָך אַ ביסל, נאָך אַ ביסל
דער שווערער אַסאַד האַלט בײַם פֿאַלן.

דער מחבר פּראָטעסטירט קעגן דעם שרעקלעכן גוואַלד פֿון דער סירישער רעגירונג קעגן אירע אייגענע בירגער, און ער באַניצט באָב דילענס באַרימטע ווערטער פֿון זײַן ליד „אַ שווערער רעגן האַלט בײַם פֿאַלן‟ (A Hard Rain’s a-Gonna Fall), אָנגעשריבן אין 1962. עס איז גלײַכצײַטיק אַ פּראָטעסט אי קעגן מלחמות, אי קעגן דיקטאַטאָרן, אי קעגן דעם גלײַכגילט פֿון דער געזעלשאַפֿט אין אַלגעמיין.

אַנטקעגן דער פֿאַבריק „אַקערשטיין‟, וואָס געפֿינט זיך אין דעם דרומדיקן שטעטל ירוחם, האָבן זיי דורכגעפֿירט איינע פֿון זייערע גרעסטע הצלחות. אין 2010, האָבן די אַרבעטער פֿון „אַקערשטיין‟, אַ פֿאַבריק וואָס פּראָדוצירט בעטאָן, געוואָלט זיך פֿאַראייניקן, אָבער די פֿאַרוואַלטונג האָט זיך אָפּגעזאָגט צו אָנערקענען זייער יוניאָן. לכתּחילה האָבן די אַרבעטער בדעה געהאַט זיך צו פֿאַראייניקן נאָך דעם וואָס דער בעל-הבית האָט זיי געצוווּנגען צו אַרבעטן 12 שעה אַ טאָג — אַ שווערע פֿיזישע אַרבעט, פֿאַר קליינע שׂכירות; דערצו פֿלעגט ער אַפֿילו אָפּשאַפֿן די באַשיידענע בענעפֿיטן וואָס זיי האָבן געהאַט. זענען די “קולטור פּאַרטיזאַנער” געקומען אַרויסצוּווײַזן זייער סאָלידאַריטעט מיט די שטרײַקנדיקע אַרבעטער, און פֿאָרגעלייענט פֿון זייערע לידער. האָט, למשל, רועי טשיקי אַרד דעמאָלט אָנגעשריבן אַזאַ קורץ לידל:

ווען די זון איז שטאַרק,
לייג איך אויפֿן קאָפּ
דעם סוועדער, פּראָדוצירט אין באַנגלאַדעש.
ווען די זון איז אײַנגענעם
נעם איך אַראָפּ פֿונעם קאָפּ
דעם סוועדער, פּראָדוצירט אין באַנגלאַדעש.

דאָ קומט צום אויסדרוק אַ קריטיק קעגן דעם ווי גרינג עס איז אין דער גלאָבאַלער וועלט, נישט צו טראַכטן וועגן די „קליינע מענטשעלעך‟, וואָס האָרעווען ערגעץ וווּ, ווײַט הינטער די הרי-חושך איבער דער טאָג-טעגלעכער פּראָדוקציע וואָס אַלע באַניצן עס. אַבי דאָס אויג זעט זיי נישט…

נאָך אַ ליד פֿון דער זעלבער אונטערנעמונג, דריקט אויס אַ פּראָטעסט קעגן די עליטאַרע ליבעראַלן, וואָס גלייבן פֿעסט אין זייער פּראָגרעסיווקייט, אָבער פֿאַקטיש לעבן זיי אינגאַנצן איזאָלירט פֿון די אַלע גרויסע עוולות און אָרעמקייט פֿון דער וועלט. די מחברטע הייסט אָרנאַ ריבֿלין, און אָט איז איר ליד „די בעט פֿון די אויפֿגעקלערטע‟ („מיטת־נאורים‟):

דער אויפֿגעקלערטער מענטש,
לעבט אַן אויפֿגעקלערט לעבן —
זײַנע מינהגים, זײַנע מאָלצײַטן
זײַן לשון, זײַנע רעכט און זײַנע חובֿות —
אויפֿגעקלערט.
אויפֿגעקלערטע זײַנען זײַנע חבֿרים,
זײַנע טאַטע-מאַמע,
זײַנע נעכט און זײַנע טעג.
שלאָפֿט ער אין אַן אויפֿגעקלערטער בעט
און אויפֿגעקלערט איז
דאָס וועש פֿון זײַנע קליידער און אונטערוועש.
דער אויפֿגעקלערטער מענטש איז,
אַזוי אויפֿגעקלערט, ביז
אויף אַן אויפֿגעקלערטער בעט,
וועט ער שטאַרבן.

ריבֿלינס שטאַרקע ווערטער מאַכן אַן אײַנדרוק אַפֿילו ווען מע לייענט זיי פּשוט אַזוי. בפֿרט אין דרויסן פֿאַר די אַרבעטער, וואָס קעמפֿן פֿאַרן יושר; דעמאָלט קריגן זיי נאָך אַ גרעסערע באַדײַטונג.

נאָך אַ צוועק וואָס די דאָזיקע קולטור-קעמפֿער האָבן אויף זייער סדר-היום, איז דער ביטערער קאַמף אין ישׂראל קעגן ראַסיזם. זיי זענען, צום בײַשפּיל, אויפֿגעטראָטן אין תּל-אָבֿיבֿ לעבן דעם ים, פּראָטעסטירנדיק קעגן דעם לינטש, וואָס איז אין דעם זעלביקן אָרט פֿאָרגעקומען, קעגן אַן אַראַבישן ראַמער פֿון יפֿו, כאַסאַן אוסרוף. אַרום 20 יונגע ישׂראל־ייִדן האָבן אוסרופֿן געשלאָגן, ווײַל ער קומט נישט פֿון דעם זעלבן „ערלעכן אָפּשטאַם‟ ווי זיי.

אויף דער אויפֿטרעטונג מיטן נאָמען „מיר זענען אַלע כאַסאַן אוסרוף‟ האָט מען געקאָנט הערן רעדעס פֿון אַקטיוויסטן, לידער, און מוזיק. דערצו האָט מען אין גאַנג פֿון דעם פּראָטעסט אויך געזאַמלט געלט לטובֿת אוסרופֿס משפּחה. אַ רירנדיקע באַלאַדע האָט דאָרט געזונגען יובֿל בן-עמי, דערציילנדיק אוסרופֿס אָנגעווייטיקטע געשיכטע.