בריקן צווישן דורות

Bridging the Generational Divide

טערעזאַ הירשביין פֿאַרנעמט זיך מיט קינדער
JTA
טערעזאַ הירשביין פֿאַרנעמט זיך מיט קינדער

פֿון דזשאָש ליפּאָווסקי (ייִט״אַ)

Published October 04, 2013, issue of October 25, 2013.

ווענדי סמיט און מיכאל פּאָזנער האָט געוואָלט טאָן עפּעס חידושדיקס לכּבֿוד דעם דריטן יוביליי פֿון זייער חתונה. זיי האָבן געבעטן דעם אויספֿיר־דירעקטאָר פֿונעם ייִדישן צענטער אין דזשערמאַנטאַון, אַ ראַיאָן פֿון פֿילאַדעלפֿיע, צו באַקענען זיי מיט אַ פּאָרפֿאָלק, וואָס לעבן שוין אַ סך יאָר צוזאַמען, כּדי אָפּצולערנען פֿון זיי דעם סוד פֿונעם געראָטענעם זיווג. רחל גראָס, אַ פֿרוי, וואָס דאַוונט אין אַן אָרטיקער שיל, האָט געקענט אַזאַ פּאָר מענטשן, אילײַן און לי דושאָוו, וואָס זענען חתונה־געהאַטע שוין מער ווי 40 יאָר.

דאָס אַלטע און יונגע פּאָרפֿאָלק זענען באַלד געוואָרן נאָענטע חבֿרים; דאָס איז געשען אינעם יאָר 2005. די צוויי משפּחות טרעפֿן זיך כּסדר נאָך אַלץ. די אַלטע פּאָר דערציילט נײַע סודות פֿונעם געראָטענעם חתונה־געהאַטן לעבן, און דאָס יונגע העלפֿט די דושאָווס צו בלײַבן פֿריש און לעבעדיק. „דאָס איז די דינאַמיק‟, האָט געזאָגט לי דושאָוו, „מיר רעדן וועגן אינגאַנצן אַנדערע זאַכן, באַטראַכטן אַנדערע פּראָבלעמען אויף אַ גאַנץ אַנדער אופֿן, ווײַל…‟ — „ווײַל ס׳איז אַנדערש בײַ יונגע מענטשן, אין פֿאַרגלײַך מיט אַזעלכע עלטערע לײַט ווי מיר‟, שלאָגט אים איבער זײַן פֿרוי.

אין אַ סך ייִדישע אָרגאַניזאַציעס זענען פֿאַראַן באַזונדערע פּראָגראַמען פֿאַר יונגע פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַכלײַט, פּאָרפֿעלקער און זקנים. אַ טייל מענטשן גייען אָבער ווײַטער און שאַפֿן אַ בריק צווישן די דורות. די ראַבינערין דייל פֿרידמאַן פֿון דער דערמאָנטער שיל, וועלכע האָט אָנגעשריבן אַ בוך וועגן דעם, האָט דערקלערט, אַז די עלטערע לײַט דינען אָפֿט ווי אַ מוסטער פֿאַר ייִנגערע מענטשן.

למשל, ווען ווענדי סמיט האָט געטראָגן אַ קינד, האָט זיך אָנגעהויבן זיך זאָרגן וועגן בילדונג־פֿראַגעס. אילײַן דושאָוו האָט זי באַרויִקט און דערמאָנט, אַז זי האָט נאָך פֿינף, איידער דאָס וועט ווערן אַן אַקטועלער ענין. סמיט האָט צוגעגעבן, אַז הגם די באַציִונג צווישן די משפּחות האָט זיך, צוערשט, אָנגעהויבן ווי אַ מין קינסטלעכער פּראָיעקט, זענען זיי מיט דער צײַט געוואָרן, אין געוויסע אַספּעקטן, עכטע גוטע־פֿרײַנד.

גראָס, וועלכער אַרבעט הײַנט ווי דער אויספֿיר־דירעקטאָר אינעם וואַשינגטאָנער „טעמפּל מײַקאַ‟, האָט באַטאָנט, אַז שילן זענען באַזונדערס פּאַסיקע ערטער צו בויען אַזעלכע בריקן צווישן די דורות. די עיקר־כּוונה פֿון אַזאַ אַקטיוויטעט איז, האָט ער צוגעגעבן, נישט בלויז צו שאַפֿן אַ סאָציאַלע פּראָגראַם, נאָר צו אַנטוויקלען טאַקע פּערזענלעכע באַציִונגען. צום בײַשפּיל, האָט האָוואַרד שאַרלין, איינער פֿון די מתפּללים אין זײַן שיל, במשך פֿון די לעצטע 10 יאָר זיך כּסדר געטראָפֿן מיט קליינע קינדער, וועלכע האָבן זיך געגרייט צו זייער בר־מיצווה. בעת זײַן „קאַווע־סעסיעס‟, האָט ער זיי דערקלערט כּלערליי ענינים וועגן זייער קומענדיקן דערוואַקסענעם לעבן. שאַרלין האָט געזאָגט, אַז ער האָט בכלל ליב צו שמועסן, דערפֿאַר האָט ער געהאַט גרויס הנאָה פֿון די באַגעגענישן.

אַזעלכע בריקן צווישן די דורות ווערן אַמאָל אויך געשאַפֿן אין אַזעלכע אינסטיטוציעס, ווי „די פֿונדאַציע פֿאַר דער ייִדישער היים און הילף־צענטער‟ אין מילוואָקי, שטאַט וויסקאָנסין. עליזאַבעט בערענדט, די אַנטוויקלונג־דירעקטאָרין פֿון דער אָרגאַניזאַציע האָט מסביר געווען, אַז ווען די זקנים טרעטן אויף מיט לעקציעס פֿאַר ייִנגערע תּלמידים, פֿילן זיי זיך, אַז זייער לעבן ווערט וויכטיקער. למשל, די 102־יאָריקע טערעזאַ הירשביין, וואָס וווינט אינעם מילוואָקיער מושבֿ־זקנים, האָט דערציילט, אַז יעדעס מאָל, ווען קליינע קינדער קומען אויסצוהערן אירע עצות, ווערט איר טאָג ממש באַלויכטן.