דער מאָסקווער גרויסער נײַער „ייִדישער מוזיי און צענטער פֿון טאָלעראַנץ‟, בשותּפֿות מיט דער קאָמפּיוטער־פֿירמע „גוגל‟, האָט געעפֿנט אַ ווירטועלע אויסשטעלונג, געווימדעט דעם ייִדישן טעאַטער אין רוסלאַנד. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט די פֿירמע געעפֿנט אַ ספּעציעל וועבזײַטל אויף ענגליש פֿאַר דער אויסשטעלונג, ווי אַ טייל פֿונעם קונסט־פּראָיעקט „היסטאָרישע מײַלשטיינער‟, אָנגעפֿירט דורכן „גוגל‟:
//www.google.com/culturalinstitute/collection/jewish-museum-and-tolerance-center
לויט דער רוסישער צײַטונג „קאָמערסאַנט‟, איז דער מאָסקווער „ייִדישער מוזיי און צענטער פֿון טאָלעראַנץ‟, וועלכער האָט זיך געעפֿנט אין נאָוועמבער 2012, געוואָרן די זעקסטע קולטור־אָרגאַניזאַציע אין רוסלאַנד, וואָס עפֿנט אַזאַ פּראָיעקט בשותּפֿות מיט דער ריזיקער קאָרפּאָראַציע פֿאַר אינטערנעץ־אויפֿזוך.
פּיטער אַדאַמטשיק, וועלכער פֿירט אָן מיט די „גוגל‟־פּראָגראַמען אין דרום־מיזרחדיקער אייראָפּע, האָט געזאָגט, אַז דער פּראָיעקט וועט דינען ווי אַ דיאַלאָג „צווישן אונדזערע קינדער, אונדזערע זיידע־באָבעס און זייערע עלטערן‟. אויפֿן וועבזײַטל זענען אַרויסגעשטעלט פֿאָטאָגראַפֿיעס, פּלאַקאַטן, טעאַטער־פּראָגראַמען, ווי אויך ליטעראַטור־ווערק אויף ייִדיש און העברעיִש, וואָס דערציילן וועגן דעם מאָסקווער ייִדישן טעאַטעראַל לעבן.
לויט דער אינטערנעץ־אויסשטעלונג, האָט די געשיכטע פֿונעם פּראָפֿעסיאָנעלן ייִדישן טעאַטער אין רוסלאַנד זיך אָנגעהויבן מיט 146 יאָר צוריק, ווען אין אָקטאָבער 1867 האָט מען אין אַ צאָל מאָסקווער טעאַטערס געשפּילט אויף ייִדיש די קאָמעדיעס פֿונעם באַרימטן דראַמאַטורג אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען, וועלכער איז געשטאָרבן אין ניו־יאָרק אינעם יאָר 1908.
דער נײַער מאָסקווער ייִדישער מוזיי, וועלכער האָט זיך געעפֿנט ווייניקער ווי מיט אַ יאָר צוריק, האָט אָפּגעקאָסט בערך 50 מיליאָן דאָלאַר. אין אַפּריל האָט די רוסישע ווערסיע פֿון דער פּרעסטיזשפֿולער לאָנדאָנער קונסט־צײַטונג „The Art‟ אים באַטיטלט ווי „דעם מוזיי פֿונעם יאָר‟. דער רעלאַטיוו־נײַער „קולטור־אינסטיטוט‟ בײַם „גוגל‟ האָט זיך געעפֿנט אינעם יאָר 2011.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.