לעצטע שיל אין אינדאָנעזיע, צעשטערט

Indonesia‘s Last Synagogue Destroyed


פֿון ייִט״אַ

Published October 06, 2013, issue of October 25, 2013.

אַ האָלענדישע נײַעס־וועבזײַט גיט איבער, אַז די לעצטע סינאַגאָגע אין אינדאָנעזיע איז הײַיאָר צעשטערט געוואָרן.

לויט דעם באַריכט אויף דער זײַט Indoweb.nl, האָבן אומבאַקאַנטע מענטשן אַראָפּגעריסן די שיל „בית־שלום‟ אין סוראַבאַיאַ, אויפֿן אינדזל פֿון דזשאַוואַ.

לויט דער צײַטונג „דזשאַקאַרטאַ גלאָוב‟, זענען שוין פֿון פֿריִער פֿאָרגעקומען אַ צאָל אַנטי־ישׂראלדיקע דעמאָנסטראַציעס לעבן דער שיל, און אין 2009 האָבן די איסלאַמישע עקסטרעמיסטן געמאַכט דעם בנין ממש נישט־צוטריטלעך.

ידיעות וועגן דער צעשטערונג פֿון דער שיל זענען אָפּגעדרוקט געוואָרן אין דער אינדאָנעזישער מעדיאַ און באַשטעטיקט געוואָרן די פֿאַרגאַנגענע וואָך דורך Indoweb.nl, וואָס האָט ציטירט דעם דירעקטאָר פֿון דער „סוראַבאַיער קולטור־געזעלשאַפֿט‟, וועלכער האָט געזאָגט, אַז ער האָט בדעה אַרײַנצוגעבן אַ פֿאָרמעלן פּראָטעסט וועגן דער דעמאָליציע בעת זײַנע שמועסן מיט רעגירונג־באַאַמטע.

„ס׳איז נישט קלאָר, ווער האָט עס אַראָפּגעריסן, אָדער ווען,‟ האָט באַמערקט אַן אָרטיקער אײַנוווינער, פֿרעדי אינסטאַנטאָ.

ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, האָט דער שטאָטראַט פֿון סוראַבאַיאַ שוין געהאַלטן אין מיטן רעגיסטרירן דעם בנין ווי אַ וויכטיק היסטאָריש אָרט. „טאַקע דערפֿאַר האָט מען געדאַרפֿט בעסער אָפּהיטן דעם בנין,‟ האָט איסטאַנטאָ געזאָגט.

דער האָלענדישער באַריכט האָט אויך ציטירט סאַכיראָעל אַלים, דער הויפּט פֿונעם סוראַבאַיער לעגיסלאַטיוון ראַט, וועלכער האָט געזאָגט, אַז ס׳איז נישט קלאָר, צי די מוסולמענישע עקסטרעמיסטן האָבן בכלל געהאַט אַ האַנט אין דער צעשטערונג.

די שיל, וואָס האָט זיך געפֿונען אין מיזרח־דזשאַוואַ, איז אויפֿגעבויט געוואָרן אינעם 19טן יאָרהונדערט דורך האָלענדישע ייִדן, בעת אינדאָנעזיע איז נאָך געווען אַ האָלענדישע קאָלאָניע. אויף דער פֿעדערשטער טיר פֿון דער ווײַסער ציגלנער געבײַדע איז געווען אַנגעמאָלט אַ מגן־דוד.

די ערשטע ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין אינדאָנעזיע אינעם 17טן יאָרהונדערט, צוליב זייער האַנדל מיט דער „האָלענדישער מיזרח־אינדישער קאָמפּאַניע‟. בעת די 1930ער און 1940ער יאָרן זענען צוגעקומען נײַע אימיגראַנטן, וועלכע זענען אַנטלאָפֿן פֿון די רדיפֿות אין אייראָפּע.

הײַנט וווינען אין אינדאָנעזיע, דאָס לאַנד מיט דער גרעסטער מוסולמענישער באַפֿעלקערונג אין דער וועלט, בלויז 20 ייִדן, גיט איבער דער „בית־התּפֿוצות‟ אין תּל־אָבֿיבֿ.