אין קאַמף פֿאַר גרינסן

The Struggle for Vegetables


פֿון לייזער בורקאָ

Published October 08, 2013, issue of October 25, 2013.

אין אַ וועלט פֿון מלחמות, מגפֿות, עקאָנאָמישע און עקאָלאָגישע קריזיסן, זײַנען ניט שייך די פּערזענלעכע זאָרגן פֿונעם יחיד. מיר האָבן וויכטיקערס צו באַטראַכטן, איידער זײַנע קליינלעכע פּראָבלעמען. אָבער אַ מאָל מאַכט זיך, אַז פֿון איין פֿאַל לערנט מען זיך אָפּ עפּעס, וואָס האָט אַ גרויסן באַטײַט פֿאַר דער גאַנצער מענטשהייט. און אַזוי איז טאַקע געשען מיט מיר.

וווּ איך גיי און וווּ איך שטיי, האָבן מענטשן כּסדר טענות צו מיר. אַפֿילו (אָדער ספּעציעל) צווישן מײַנע נאָענטע קרובֿים און גוטע־פֿרײַנד הער איך שטענדיק קריטיק וועגן מײַן דיעטע: אַז איך עס ניט גענוג, אַז איך עס ניט געזונט, אַז איך עס ניט די ריכטיקע זאַכן אאַז”וו. ניט זעלטן מוז איך דאָס אויסהערן אויך פֿון ווילדפֿרעמדע מענטשן, וואָס קענען מיך גאָר ניט, אָדער פֿון שווערלײַביקע פּאַרשוינען, וואָס די ערד ציטערט אונטער זייערע פֿיס — נאָר אַלע זײַנען זיי, אַוודאי, גרויסע מומחים אין דער אַכילה.

איך בין, ניט פֿאַר אײַך געדאַכט, אַ וועגעטאַריער, קיין פֿלייש עס איך ניט. ניט קיין וועגאַנער — אייער און מילכיקס עס איך יאָ. (זײַט מוחל, מײַנע הינערשע און קיִיִשע פֿרײַנד!) אָבער זײַן אַ פּראָסטער וועגעטאַריער זעט אויס גענוג שלעכט אין די אויגן פֿון אַ סך פֿליישפֿרעסער, וואָס זיי האַלטן וועגעטאַרישקייט פֿאַר אַ מין קרענק אָדער משוגעת. דער מצבֿ פֿאַרן וועגעטאַריער איז אַ שווערער אין ס’רובֿ לענדער פֿון דער וועלט, בפֿרט אין מיזרח־אייראָפּע; אין אַ סך ערטער קען ער פּשוט אויסגיין פֿון הונגער, ווײַל אויפֿן מעניו איז כּמעט ניטאָ וואָס ער קען עסן. פֿאָרנדיק אַרום ווי אַ טוריסט, האָב איך אָפֿט אַ חשד, אַז פֿינצטערע כּוחות פֿירן דורך אַ קאַמפּאַניע אונטערצודריקן די גרינסן, און די וועגעטאַריער צו פֿאַרטרײַבן פֿון לאַנד.

די פּראָבלעם פֿון רדיפֿות אויף וועגעטאַריער איז אַ קאָמפּליצירטע און מוז באַטראַכט ווערן פֿון דער קולטורעלער, סאָציאַלער און פּסיכאָלאָגישער זײַט. וועגעטאַרישקייט איז אַ רעלאַטיוו נײַער פֿענאָמען אין אַ סך קולטורן, וווּ דער אידעאַל איז פֿון תּמיד אָן געווען צו עסן פֿלייש. פֿריִער איז פֿלייש געווען זעלטענער און טײַערער ווי הײַנט, איז עס געוואָרן אַ חשובֿער מאכל און שפּילט ווײַטער אַ גרויסע ראָלע אין די טראַדיציאָנעלע סעודות און מאָלצײַטן מיט דער משפּחה. נאָר אין געציילטע רעליגיעס פֿון דער וועלט איז וועגעטאַרישקייט באמת אָנגענומען, למשל, בײַ אַ טייל הינדויִסן, בודיסטן, דזשײַנס, און ראַסטאַפֿאַריס. בײַ אונדז ייִדן איז צו עסן פֿלייש אַזאַ גרויסע מיצווה, אַז אַפֿילו הרבֿ קוק, דער גרויסער אָנהענגער פֿון וועגעטאַרישקייט צווישן די רבנים פֿון 20סטן יאָרהונדערט, האָט ווײַטער געגעסן פֿלייש אום שבת און יום־טובֿ.

וועגעטאַריער אין אַמעריקע זײַנען אַ רעלאַטיוו קליינע גרופּע — אינעם גאַנצן לאַנג לעבן נאָר 7 מיליאָן אויסגעהאַלטענע וועגעטאַריער, און נאָר איין מיליאָן קנאָים־וועגאַנער. נאָך 22 מיליאָן זאָגן, אַז זיי האָבן אַ “נטיה” צו וועגעטאַרישקייט, נאָר קיין מחמירים זײַנען זיי ניט.

ס’איז טשיקאַווע צו פֿאַרגלײַכן די וועגעטאַריער מיט די ייִדן בכלל, ווײַל ביידע זײַנען זיי אַ קליינער מיעוט צווישן די 300 מיליאָן אַמעריקאַנער, נאָר פֿאָרט האָבן זיי אַ גרויסע השפּעה אויף דער עסן־פּראָדוקציע און רעקלאַמערײַ. אונדזערע כּשרות־אָרגאַניזאַציעס האָבן אײַנגערעדט מיליאָנען גויים, אַז אונטער דער רבנישער השגחה וועט דאָס עסן ווערן געזינטער, און דערפֿאַר קען מען הײַנט געפֿינען אַ הכשר אויף אַ סך טויזנטער מער פּראָדוקטן ווי די צאָל ייִדן, וואָס היטן כּשרות, וואָלט עס טאַקע געדאַרפֿט האָבן. דאָס זעלבע קען מען זאָגן וועגן די וועגעטאַרישע “הכשרים”, וואָס באַשטעטיקן, אַז אַלע אינגרעדיענטן זײַנען נאַטירלעך, אָרגאַניש, פֿריש געמאַכט מיט דער האַנט וכדומה. צי די כּשרע און די וועגעטאַרישע פּראָדוקטן זײַנען באמת געזינטער, צי דאָס איז סתּם אן אײַנרעדעניש? ווי עס זאָל ניט זײַן, פֿאַרקויפֿן זיי זיך בעסער.

אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט ווערט וועגעטאַרישקייט אָפֿט פֿאַררעכנט פֿאַר “ווײַבעריש”, און אַ 60% (אפֿשר מער) פֿון די היגע וועגעטאַריער זײַנען טאַקע פֿרויען. מיטן סטערעאָטיפּישן קוק אויף דער פֿרויען־פּסיכאָלאָגיע קען מען זיך אפֿשר אָנשטויסן אין עטלעכע סיבות: די פֿרויען זײַנען מער אָפּגעהיטן אינעם עסן געזונט, זיי עסן מער גרינסן און סאַלאַטן; פֿרויען זײַנען בכלל מער גוטהאַרציק, זיי פֿילן מער רחמנות פֿאַר די ליידן פֿון די בעלי־היים; זיי טראַכטן מער וועגן דער נאַטירלעכער סבֿיבֿה און וועגן די גרויסע שאָדנס וואָס קומען פֿון האָדעווען צו פֿיל בהמות. בקיצור, פֿרויען זײַנען בעסערע מענטשן און דערפֿאַר לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז וועגעטאַרישקייט איז בײַ זיי מער פֿאַרשפּרייט.

די פּסיכאָלאָגיע פֿונעם פֿליישפֿרעסער דאַרף מען זיך פֿאָרשטעלן אַזוי: ער גייט אַרום מיט אַ פּעקל שולדגעפֿילן צוליב די אַלע חיהלעך, וואָס זײַנען צוליב זײַן מאָגן געגאַנגען צו דער שחיטה. ער קוקט אויפֿן זאַפֿטיקן סטייק, וואָס שמעקט מחיה־נפֿשות, אַז די סלינע רינט אים פֿון מויל — און פּלוצעם גיט אַ קלינג אין זײַנע אויערן: “דאָס קול פֿונעם בלוט פֿון דער אומשולדיקער קו שרײַט צו מיר פֿון דער ערד!” אָבער דער פֿליישפֿרעסער האָט ניט מורא פֿאַר גאָט, ער עסט ווײַטער און זוכט אויס פֿאַרשיידענע תּירוצים, כּדי אײַנצושטילן זײַן געוויסן.

קודם־כּל, טרייסט ער זיך, אַז אַלע זינדיקן אויפֿן זעלביקן אופֿן, יעדער האָט בלוט אויף זײַנע הענט — אַזוי איז ער כאָטש ניט ערגער פֿון אַנדערע. ער קען אַפֿילו ברענגען אַ ציטאַט פֿון ישו הנוצרי: “ווער עס איז צווישן אײַך אָן זינד, זאָל ער וואַרפֿן דעם ערשטן שטיין”. און אין אַלגעמיין איז ער גערעכט — ביז ער טרעפֿט זיך מיט די וועגעטאַריער. דעמאָלט ווערט אים ניט גוט, ער האָט מורא, זיי זאָלן אים ניט געבן סקילה, פֿאַרשטיינען.

דער פֿליישפֿרעסער קען ניט שלאָפֿן בײַ נאַכט. די בעלי־חיים קומען אים צו חלום, די נשמות פֿון זײַנע טויזנטער קרבנות, צוזאַמען מיט זייערע אומגעבוירענע קינדער, די צוקונפֿטיקע בהמישע דורות. זיי שרײַען אויף אים פֿון יענער וועלט אין זייערע פֿאַרשיידענע לשונות: “מו! מע! בע! קוקעריקו! האָלדער־האָלדער! גאַ־גאַ־גאַ!” — אויב ער האָט אַ טרייפֿענעם האַלדז, הערט ער אויך גרונצן פֿון חזרים, קוואַקען פֿון זשאַבעס, גרילצן פֿון גרילן, שיפּען פֿון שלאַנגען, וואָס זיי אַלע באַשולדיקן אים און סטראַשען מיט פּעך און שוועבל אויפֿן יום־הדין.

צו זײַנע שולדגעפֿילן און שלאָפֿלאָזיקייט לײַדט דער פֿליישפֿרעסער אויך פֿון אַ געפֿערלעכן שיפֿלות־קאָמפּלעקס. ער פֿילט, אַז די וועגעטאַריער קוקן אַראָפּ אויף אים, אַז זיי האַלטן זיך כּלומרשט פֿאַר גרויסע צדיקים. אָבער ער וועט זיי שוין ווײַזן, ווער עלטער איז! און מיט רוגזה מעקט ער אויס די וועגעטאַרישע ברירות אינעם מעניו פֿון זײַן רעסטאָראַן. (צופֿעליק פֿאַרמאָגט דער פֿליישפֿרעסער אַ רעסטאָראַן אין מיזרח־אייראָפּע.) זאָלן זיי הונגערן, די צבֿועקעס!

נו, קען זײַן, אַז די שׂינאה צו וועגעטאַריער איז ניט אויפֿגעקומען פּונקט ווי איך האָב דאָ באַשריבן. זיכער וועלן ווײַטערע אויספֿאָרשונגען שאַפֿן אַ מער פּרטימדיק בילד, וואָס וועט דערמעגלעכן די וועגעטאַרישע פֿאַרטיידיקונג־אָרגאַניזאַציעס בעסער צו באַקעמפֿן די רדיפֿות.

ווי ערנסט ס׳איז די פּראָבלעם קען יעדער זען, וואָס קוקט אויפֿן אַמעריקאַנער פֿאָלק, בפֿרט אין דער ברייט. די פּאָרציעס אין די רעסטאָראַנען זײַנען געוואָרן גרעסער, און די מענטשן אויך. כּמעט 70% פֿון די דערוואַקסענע זײַנען איבערוואָגיק, און איבער 30% — פֿון די קינדער. אָפֿט האָט מען הײַנט ניט וווּ צו זיצן אינעם אויטאָבוס אָדער אין דער באַן, ווײַל דער הײַנטיקער אַמעריקאַנער הינטן פֿאַרנעמט צוויי זיצ־ערטער. ניט קוקנדיק אויף די גרויסע הוצאָות און געזונט־שאָדנס, האָבן מיר אין ניו־יאָרק פּשוט אַ דוחק אין פּלאַץ.

די וועגעטאַרישקייט וואָלט געלייזט די דאָזיקע פּראָבלעמען מיט איין קלאַפּ. ווען מייאָר בלומבערג וואָלט פֿאַרביטן אַלע קאָטלעטן און וווּרשטלעך אין דער שטאָט אויף קרויטבלעטלעך, וואָלט די שטאָט אויסגעזען אין גאַנצן אַנדערש: די שפּיטעלער — אויסגעליידיקט. יעדער ניו־יאָרקער וואָלט אויסגעזען ייִנגער, געלאָפֿן צו דער אַרבעט מיט אַ שמייכל, ווײַל ער גיט אויס ווייניקער געלט אויף עסן און קליידער. מיט ווייניקער וואָג, וואָלט די אונטערבאַן געפֿאָרן גיכער, און אויף די טרעפּ און אין די קאָרידאָרן וואָלט געווען גענוג פּלאַץ צו גיין. און איך וואָלט געקענט עסן אין די רעסטאָראַנען.