די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט זיך באַצויגן אָן אַ גרויסן ענטוזיאַזם צו דעם, ווי דער הײַנטיקער איראַנישער פּרעזידענט, כאַסאַן רוכאַני, האָט אָפּגעוואָרפֿן די ספֿקות וועגן דעם ייִדישן חורבן, וועלכע דער פֿריִערדיקער פֿירער, מאַכמוד אַכמאַדינעדזשאַד, האָט נישט איין מאָל אַרויסגעזאָגט. צווישן דער שארית־הפּליטה אין ישׂראל האָבן רוכאַניס ווערטער, אָבער, אַרויסגערופֿן היפּוכדיקע רעאַקציעס.
חוה הערשקאָוויטש, אַ 80־יאָריקע פֿרוי, וואָס לעבן אינעם חיפֿהר „יד עזר לחבֿר‟, אַ מושבֿ־זקנים פֿאַר די חורבן־איבערגעלעבטע, האָט געזאָגט, אַז פֿאַר איר איז דאָס געווען פּערזענלעך וויכטיק. זי האָפֿט, אַז צוליב רוכאַניס אָנערקענען די ייִדישע טראַדעציע, וועלן די איראַנער פֿאַרשטיין בעסער די ייִדן און ישׂראלים.
להיפּוך, האָט חיים מאַלץ, אַ 77־יאָריקער ייִד פֿון ירושלים, געזאָגט, אַז ער האָט זיך באַצויגן גלײַכגילטיק צו רוכאַניס ווערטער. ער האָט געטענהט, אַז איראַן פּרוּווט איצט צו פֿאַרבעסערן די באַציִונגען מיטן מערבֿ, פֿירנדיק ווײַטער די אַנטי־מערבֿדיקע און אַנטי־ישׂראלדיקע פּראָפּאַגאַנגע. מאַלץ האָט צוגעגעבן, אַז ער באַטראַכט איראַן ווי אַ שׂונא, צי מע לייקנט דאָרטן דעם חורבן אָפּ, צי נישט.
די דאָזיקע חילוקי־דעות זענען פֿאַרבונדן מיטן קאָמפּליצירטן כאַראַקטער פֿון דער שארית־הפּליטה. די ניצול־געוואָרענע פֿונעם חורבן ווערן אָפֿט קאַריקאַטוריש געשילדערט ווי איין מאָנאָליטישע גרופּע. למעשׂה, זענען צווישן זיי פֿאַראַן מענטשן מיט פֿאַרשיידנאַרטיקע מיינונגען.
ווען אַכמאַדינעדזשאַד האָט אַרויסגעזאָגט זײַנע ספֿקות וועגן דעם ייִדישן חורבן, האָבן זײַנע ווערטער אַרויסגערופֿן אַ גרויסע מהומה אין ישׂראל. דאָס איז געווען איינע פֿון די סיבות, פֿאַרוואָס נתניהו האָט באַפֿוילן די ישׂראלדיקע פֿאָרשטייער בײַ דער „יו־ען‟ צו בויקאָטירן רוכאַניס רעדע בײַ דער גענעראַל־אַסאַמבלעע.
באַלד נאָך דעם, ווי דער נײַער פּרעזידענט איז אויפֿגעטראָטן, איז געוואָרן קלאָר, אַז ער אָנערקענט דעם חורבן און פֿאַרדאַמט די פֿאַרברעכנס, וואָס די נאַציס זענען באַגאַנגען לגבי די ייִדן און אַנדערע מענטשן. מיט פֿינף טעג שפּעטער, האָט רוכאַניס אויסערן־מיניסטער, מאָכאַמאַד דזשאַוואַד זאַריף, פּשוט און קלאָר געזאָגט, אַז דער ייִדישער חורבן איז „נישט אַ מיטאָס‟ און צוגעגעבן, אַז ס׳איז געווען אַ שרעקלעך פֿאַרברעכן און אַ גענאָציד, וואָס טאָר מער נישט געשען.
דזשעק פֿאָגעל, אַ 89־יאָריקער ירושלימער ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה, האָט געזאָגט, אַז ער איז צופֿרידן מיט דעם, וואָס די איראַנישע רעגירונג האָט אָנערקענט דעם ייִדישן חורבן. משה שטענגער, וועלכער וווינט אינעם זעלבן חיפֿהר הויז, ווי הערשקאָוויטש, האָט אָבער נישט אָנגענומען ערנסט רוכאַניס ווערטער, אַזוי ווי הרבֿ דוד ווײַס הלבֿני, דער באַקאַנטער פּראָפֿעסאָר פֿון גמרא, וועלכער איז געזעסן אין עטלעכע קאָנצענטראַציע־לאַגערן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. „ס׳איז אַלץ בלויז פּאָליטיק‟, האָט ער באַמערקט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.