טשקיניער שיל

Old Czech Shul Reopens


פֿון ייִט״אַ

Published October 08, 2013, issue of October 25, 2013.

נאָך אַ רעמאָנט, וואָס האָט געדויערט איבער 20 יאָר, האָט זיך אינעם דאָרף טשקיניע, דרום־טשעכיע, געעפֿנט פֿון ס׳נײַ אַ היסטאָרישע שיל. שבת, דעם 5טן אָקטאָבער, האָבן זיך מער ווי 100 מענטשן פֿאַרזאַמלט צו דאַוונען אינעם באַנײַטן בנין, בראָש מיט אַ חזן, וועלכער איז אָנגעקומען פֿון דער בשכנותדיקער שטאָט ליבערעץ. בעת דעם רעמאָנט, האָט מען אויפֿן בוידעם פֿון דער שיל געפֿונען אַן אַלטע ספֿר-תּורה, וועלכע מע האָט נישט געלייענט במשך פֿון כּמעט 100 יאָר. עריק ראַנדאָל שוינבערג, דער ווירקלעכער אויספֿיר־דירעקטאָר בײַם לאָס־אַנדזשעלעסער חורבן־מוזיי, האָט דערקלערט, אַז די קהילה איז בטל געוואָרן און האָט פֿאַרקויפֿט די שיל לאַנג פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, דערפֿאַר האָט מען נישט גענוצט די ספֿר־תּורה במשך פֿון אַזויפֿיל יאָר. שוינבערג איז געווען צווישן די באַטייליקטע, וואָס זייערע משפּחות שטאַמען פֿון טשקיניע. די שיל וועט אויך דינען ווי אַ קולטור־צענטער. אינעם יאָר 1990 האָט מען געגרינדעט אַ פֿירמע, וואָס האָט זיך פֿאַרנומען מיטן רעמאָנט, מיט דער הילף פֿון די פּראָגער ייִדן, אָרטיקע רעגירונג־אינסטאַנצן, אומאָפּהענגיקע אָרגאַניזאַציעס און פּריוואַטע בויערײַ־פֿירמעס. דער היסטאָרישער בנין, אויפֿגעשטעלט אינעם יאָר 1828, איז איינער פֿון די איינציקע געבליבענע שילן אינעם לאַנד, וואָס האָט באַדינט די אָרטיקע ייִדישע קהילה ביזן יאָר 1895. אין די 1920ער יאָרן, ווען די טשקיניער ייִדן זענען זיך צעפֿאָרן אין גרעסערע שטעט, האָבן זיי פֿאַרקויפֿט דעם בנין. שפּעטער האָט זיך דאָרטן געפֿונען אַ וואַרשטאַט, דערנאָך אַ סקלאַד און אַ וווין־הויז, דערנאָך איז ער לאַנג געשטאַנען ליידיק.