לעצטנס האָט מען אַ סך געשריבן װעגן די סאָװעטישע ייִדישע פֿאָטאָגראַפֿן און אױסגעשטעלט זײערע װערק אין מוזײען און גאַלעריעס איבער דער גאַנצער װעלט. די פֿילצאָליקע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון יעװגעני כאַלדײ, דמיטרי באַלטערמאַנץ, אַרקאַדי שוחט און אַנדערע דערצײלן די געשיכטע פֿון סאָװעטישע דערגרײכונגען אין אינדוסטריע, לאַנדװירטשאַפֿט, און בפֿרט װעגן דער גבֿורה פֿון דער רױטער אַרמײ בעת דער מלחמה.
אָבער װי װײַט איז באַרעכטיקט צו רעדן װעגן אַ ספּעציעלן ייִדישן כאַראַקטער פֿון די דאָזיקע בילדער? אײניקע פֿאָטאָגראַפֿן, װי למשל, סעמיאָן פֿרידלאַנד, האָבן זיך יאָ ספּעציעל אָפּגעגעבן מיט דאָקומענטירן דאָס לעבן פֿון ייִדישע קאָלאָניעס און ייִשובֿים אין קרים און ביראָבידזשאַן; דאָך, איז די כּװנה פֿון די דאָזיקע פֿאָטאָגראַפֿיעס, קודם־כּל, געװען אַ פּראָפּאַגאַנדיסטישע. מען איז געװען אױסן צו װײַזן די מעלות פֿונעם סאָװעטישן לעבנס־שטײגער סײַ דער אײגענער באַפֿעלקערונג און סײַ דעם אױסלענדישן עולם.
װאָס שײך דעם קינסטלערישן סטיל פֿון די אָפֿיציעלע סאָװעטישע פֿאָטאָגראַפֿיעס, לאָזן זיך דאָ דערקענען שפּורן פֿון פֿאַרשידענע אײַנפֿלוסן. אין די 1930ער יאָרן זעט מען געװיסע פּאַראַלעלן מיטן דײַטשישן נאַציסטישן סטיל, װאָס באַטאָנען דעם טאָטאַליטאַרישן כאַראַקטער פֿון דער נײַער געזעלשאַפֿט. אין די 1940ער יאָרן װערן בולטער די סטיליסטישע שטריכן פֿון דער אַמעריקאַנער גלאַנץ־רעקלאַמע, װאָס „פֿאַרפּוצן‟ די סאָװעטישע װירקלעכקײט. אָבער די סאַמע שטאַרקע און אױסדריקפֿולע סאָװעטישע פֿאָטאָגראַפֿישע אימאַזשן שטאַמען פֿון דער מלחמה־צײַט, װען די פֿאָטאָגראַפֿן האָבן געפֿאָלגט נאָך דער רױטער אַרמײ אין די סאַמע שװערסטע און בלוטיקסטע שלאַכטן.
עמנואל יעװזעריכין האָט געהערט צו די סאַמע באַרימטע און אָנערקענטע סאָװעטישע פֿאָטאָגראַפֿן. זײַן סטיל איז געלעגן צװישן קונסט און דאָקומענט. געבײַדעס, סקולפּטורן, אױטאָס און אַנדערע אָביעקטן זײַנען באַלעבט געװאָרן אױף זײַנע פֿאָטאָגראַפֿיעס דורך אַ שאַרפֿן קוקװינקל אָדער אַן אײגנאַרטיקער קאָמפּאָזיציע. ער האָט געקאָנט „אַרײַנשטעלן‟ מענטשלעכע געשטאַלטן אין דער אַרכיטעקטורישער לאַנדשאַפֿט, זײ זאָלן שאַפֿן דעם עפֿעקט פֿון האַרמאָנישן אַחדות צװישן דעם מענטש און זײַן אַרום.
יעװזעריכינס לעבנס־געשיכטע איז געװען ענלעך צו אַנדערע סאָװעטישע ייִדישע פֿאָטאָגראַפֿן פֿון זײַן דור. ער איז געבױרן געװאָרן אין דער גרױסער דרומדיקער פּראָװינץ־שטאָט ראָסטאָװ־אױף־דאָן אין 1911, און פֿון 1934 האָט ער געאַרבעט אין מאָסקװע פֿאַר דער סאָװעטישער טעלעגראַף־אַגענטור „טאַסס‟. ער האָט פֿאָטאָגראַפֿירט צוזאַמענפֿאָרן און קאָנגרעסן פֿון די צענטראַלע סאָװעטישע אָרגאַניזאַציעס, אַזעלכע װי „קאָמאינטערן‟ און די קאָמוניסטישע פּאַרטײ, געמאַכט אָפֿיציעלע פּאָרטרעטן פֿון װיכטיקע פּערזענלעכקײטן, װי למשל, דער שרײַבער מאַקסים גאָרקי אָדער דער סאָװעטישער פּרעזידענט מיכאַיִל קאַלינין. בעת דער מלחמה האָט ער געמאַכט די סאַמע באַרימטע בילדער אין סטאַלינגראַד, װוּ ער איז געווען עטלעכע חדשים בעת די סאַמע הײסע שלאַכטן.
יעװזעריכינס פֿאָטאָגראַפֿישע װערק זײַנען אַ סך מאָל אױסגעשטעלט געװאָרן אין רוסלאַנד און אין אױסלאַנד. אָבער די נײַע אױסשטעלונג אינעם מאָסקװער ייִדישן מוזײ אַנטפּלעקט אַ זײַט פֿון זײַן שאַפֿונג, װאָס איז עד־היום פֿאַרבליבן ניט באַקאַנט. אין זײַן אַרכיװ האָט זיך אָפּגעהיט אַ סעריע פֿאָטאָגראַפֿיעס, װאָס ער האָט געמאַכט אין דער מאָסקװער קאָר־שיל אין די יאָרן 1957, 1960 און 1965. עס איז ניט קלאָר, װאָס איז געװען דער צװעק פֿונעם דאָזיקן פּראָיעקט. מעגלעך, אַז די „טאַסס‟ אָדער אַן אַנדערע סאָװעטישע אַגענץ האָט פּלאַנירט אַרױסצולאָזן פּראָפּאַגאַנדע־מאַטעריאַלן װעגן דעם גוטן מצבֿ פֿונעם ייִדישן רעליגיעזן לעבן אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. ס‘קאָן זײַן אױך, אַז די באַשטעלונג איז געװען פֿון דער מאָסקװער ייִדישער קהילה, אָבער עס איז ניט קײן ספֿק, אַז דער פּלאַן איז באַשטעטיקט געװאָרן דורך די אָפֿיציעלע סאָװעטישע משגיחים איבער רעליגיע.
װי עס זאָל ניט זײַן, האָט מען איצט מײַסטערלעכע קינסטלערישע פֿאָטאָס פֿון פֿאַרשידענע מאָמענטן אין דער גרױסער מאָסקװער קאָר־שיל. סטיליסטיש איז יעװזעריכין פֿאַרבליבן געטרײַ זײַן מאָנומענטאַלן סטיל. ייִדן מיט בערד אין טליתים און תּפֿילין זעען אױף זײַנע בילדער אױס פֿײַערלעך און אַ ביסל סטאַטעטשנע. מען שפּירט די געהױבענע אַטמאָספֿער פֿון גרױסע יום־טובֿים, װען די שיל איז געװען פֿולגעפּאַקט, בפֿרט װען מען האָט געזאָגט יזכּור.
די דאָזיקע פֿאָטאָגראַפֿישע סעריע איז אַן אוניקאַלער דאָקומענטאַלער עדות פֿון יענער תּקופֿה, װען די מאָסקװער קאָר־שיל איז געװען די אָפֿיציעלע װיטרינע פֿונעם ייִדישן לעבן אינעם גאַנצן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. אָבער מען טאָר, אַװדאי, ניט נעמען די דאָזיקע בילדער פֿאַר אַ רײנעם אמת. דער סאָװעטישער ליטעראַטור־פֿאָרשער יורי טיניאַנאָװ האָט אַ מאָל געזאָגט, אַז געװיסע „צערעמאָניאַלע דאָקומענטן‟ ליגן פּונקט אַזױ װי מענטשן. דאָס איז דער אָפֿיציעלער פֿאַסאַד פֿון דער סאָװעטישער ייִדישער פּאָליטיק בעת דער ליבעראַלער תּקופֿה פֿאַר דער מאַסן־עמיגראַציע, װען די סאָװעטישע מאַכט האָט געװאָלט װײַזן דער מערבֿדיקער װעלט איר „גוטן‟ פּנים.
אָבער דאָס װיכטיקסטע אױף די דאָזיקע בילדער זײַנען די לעבעדיקע פּנימער, סײַ פֿון ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר און סײַ פֿון די פּני פֿון דער ייִדישער קהילה: דעם חזן באַרקאַן און די רבנים לעװין און שליפֿער. צװישן אַנדערע זעט מען אױך רבי געטשע װילענסקי — דער געהײמער ראָש פֿונעם מאָסקװער בית־דין און דער אָפֿיציעלער פֿאָרשטײער פֿונעם ליובאַװיטשער רבין אין מאָסקװע.
די ייִדישע סעריע און יעװזעריכינס אַנדערע פֿאָטאָס קומען פֿון דער זאַמלונג פֿון „ספֿרות־פֿונדאַציע‟, װאָס באַזירט זיך אין ליכטענשטײן. אין די לעצטע פּאָר יאָרן נעמט די דאָזיקע פֿונדאַציע אַן אַקטיװן אָנטײל אין פֿאַרשידענע אױסשטעלונגען פֿון דער מאָדערנער רוסישער און סאָװעטישער קונסט אין רוסלאַנד. אירע זאַמלונגען האַלטן אין אײן װאַקסן, אָבער די אײגנטימער פֿון די דאָזיקע אוצרות בלײַבן ניט באַקאַנט. די רוסישע „װיקיפּעדיע‟ איז זיך משער, אַז „ספֿרות‟ געהערט דעם געהײמניספֿולן רוסישן נאַפֿט־מאַגנאַט אַלעקסאַנדר סמוזיקאָװ, אָבער מען װײסט כּמעט גאָר ניט װעגן אים. װי עס זאָל ניט זײַן, פֿאַרמאָגט די דאָזיקע סודותדיקע פֿונדאַציע אײנע פֿון די בעסטע זאַמלונגען פֿון דער מאָדערנער רוסישער קונסט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.