צוקונפֿט פֿון ייִדיש אין ייִוואָ

Future of Yiddish at YIVO

די לערערין פּערל טייטלבוים מיטן ייִדיש־קורס פֿאַר מיטנדיקע סטודענטן, בעת דער אוריאל ווײַנרײַך זומער־פּראָגראַם, אין ברוקלין־קאָלעדזש, יולי 2013
Melanie Einzig
די לערערין פּערל טייטלבוים מיטן ייִדיש־קורס פֿאַר מיטנדיקע סטודענטן, בעת דער אוריאל ווײַנרײַך זומער־פּראָגראַם, אין ברוקלין־קאָלעדזש, יולי 2013

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published October 09, 2013, issue of October 25, 2013.

ווען די לאַנג־יאָריקע ייִדיש־לערערין געלע שווײד־פֿישמאַן האָט לעצטנס באַקומען אַ בריוו פֿון ייִוואָ, האָט זי פֿאַרשטאַנען, אַז ס׳איז מסתּמא אַ מאָנבריוו. אָבער ווען זי האָט עס געעפֿנט, האָט עס איר שטאַרק אַנטוישט. „דער גאַנצער בריוו איז געווען בלויז אויף ענגליש,‟ האָט זי געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟. „ממש ווי אַ פּאַטש אין פּנים.‟

הגם די ירידה פֿון ייִדיש ווי אַ קאָמוניקיר־שפּראַך אין ייִוואָ — דער אַכראָנים פֿונעם „ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט‟ — איז שוין פֿון לאַנג אַן אָנגעווייטיקטער ענין בײַ די ליבהאָבער פֿון ייִדיש, האָט עס לעצטנס אַרויסגערופֿן אַ ספּעציעלע קריטיק, נאָך דעם ווי מע האָט דעם פֿאַרגאַנגענעם אויגוסט מיט אַ מאָל אָפּגעזאָגט ד״ר הערשל גלעזער פֿון זײַן פּאָסטן ווי דער דעקאַן פֿונעם „מאַקס ווײַנרײַך צענטער‟.

גלעזער, וועלכער האָט אַ דאָקטאָראַט אין ייִדיש־לינגוויסטיק פֿון קאָלומביע־אוניווערסיטעט, איז געווען דער לעצטער ייִדיש־פֿאָרשער — און אמתער מומחה פֿון דער ייִדישער שפּראַך — צו אַרבעטן אין ייִוואָ. במשך פֿון זײַנע 16 יאָר דאָרט, האָט ער אָנגעשריבן אַ ריי אָריגינעלע ווערק וועגן, און אויף ייִדיש; האָט רעדאַקטירט די ענגלישע איבערזעצונג פֿון מאַקס ווײַנרײַכס מײַסטערווערק, „די געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך‟, און האָט צונויפֿגעשטעלט אַ כּוללדיקע רשימה פֿון די ייִדישע נעמען פֿון אַלע הײַנטיקע און אַמאָליקע שטעט און שטעטלעך אין מיזרח־אייראָפּע — אַ פּרעכטיקער מקור סײַ פֿאַר פֿאָרשער, סײַ פֿאַר אַלע ייִדן, וועלכע זוכן זייערע משפּחה־וואָרצלען אין פּוילן, אוקראַיִנע אָדער רוסלאַנד.

דער ייִוואָ־אַרכיוו, וואָס באַשטייט פֿון אַ סך דאָקומענטן אויף ייִדיש, איז איינער פֿון די גרעסטע זאַמלונגען פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע מאַטעריאַלן אין דער וועלט.

און דער אמת איז, אַז מענטשן קלינגען אין ייִוואָ די גאַנצע צײַט מיט שפּראַך־קשיות, האָט גלעזער געזאָגט. „זיי פֿרעגן וועגן דעם טײַטש פֿון געוויסע ייִדישע ווערטער און נעמען; וועגן דער עטימאָלאָגיע פֿון ווערטער; וועגן אויסלייג — ספּעציעל פֿון די נעמען, וואָס זיי האָבן בדעה צו גראַווירן אויף אַ מצבֿה, און וועגן ייִדישע דיאַלעקטן.‟

הײַנט איז דער שטח פֿון ייִדיש־לינגוויסטיק כּמעט ווי אונטערגעגאַנגען, זאָגט גלעזער. „ס׳איז אַ שטיקל איראָניע, וואָס דער איינציקער ערנסטער צוגאַנג צו דער ייִדישער שפּראַך־פֿאָרשונג, געפֿינט זיך הײַנט דווקא אין דײַטשלאַנד. דאָרט פֿאָרשט מען ווײַטער אַלט־ייִדיש, ייִדישע דיאַלעקטן און גראַמאַטיק.‟

פּראָפֿעסאָר רחמיאל פּעלץ, דירעקטאָר פֿון ייִדישע שטודיעס אין „דרעקסעל־אוניווערסיטעט‟, איז אויך באַזאָרגט וועגן דער צוקונפֿט פֿון ייִדיש אין ייִוואָ, און בפֿרט וועגן איר רעפּוטאַציע ווי אַן אַקאַדעמישער צענטער פֿון דער ייִדישער שפּראַך.

„אין די 1990ער יאָרן איז דער מאַקס ווײַנרײַך צענטער געווען אַן אינסטיטוציע פֿון אַוואַנסירטע ייִדיש־שטודיעס,‟ האָט פּעלץ געזאָגט. איינער פֿון די באַקאַנטסטע לערער דעמאָלט איז געווען ד״ר דן מירון, דער פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור בײַם העברעיִשן אינווערסיטעט אין ירושלים, וואָס פֿלעגט אָפֿט קומען קיין ניו־יאָרק, כּדי צו לערנען זײַנע קורסן אין ייִוואָ.

די פֿאָרשער שאָשקע ערלעך און בינה ווײַנרײַך פֿלעגן דעמאָלט העלפֿן די גראַדויִר־סטודענטן בײַם פֿאָרשן די מקורים, און גערעדט האָט מען טאַקע אויף ייִדיש, האָט פּעלץ געזאָגט.

בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟, האָט דזשאָנאַטאָן ברענט, דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿון ייִוואָ און אַן עקספּערט אין סאָוועטאָלאָגיע, אָבער דערקלערט, אַז די צוקונפֿט פֿון ייִדיש אין ייִוואָ איז דווקא זייער אַ גוטע: מע פֿירט ווײַטער אָן מיט דער „אוריאל ווײַנרײַך זומער-פּראָגראַם אין ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור‟; במשך פֿונעם יאָר לערנט מען ייִדיש־קלאַסן פֿאַר דערוואַקסענע; מע האָט אָנגעשטעלט עדי פּאָרטנוי, אַן עקספּערט אין דער ייִדישער פּאָפּולערער קולטור, ווי אַ טיילצײַטיקער וויסנשאַפֿטלעכער מיטאַרבעטער און אַקאַדעמישער עצה־געבער, און מע זוכט פֿאָנדן צו גרינדן אַ פּאָזיציע פֿאַר אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער שפּראַך און לינגוויסטיק.

וואָס שייך דער פֿראַגע, צי ייִוואָ זאָל אָנהאַלטן ייִדיש ווי אַ טאָג־טעגלעכע שפּראַך, אָדער שרײַבן די מאַסן־בריוו צו מיטגלידער אויף ביידע שפּראַכן — ענגליש און ייִדיש — האָט ברענט אָבער געזאָגט, אַז דאָס איז נישט נייטיק. „הײַנט קענען כּמעט אַלע ייִדיש־רעדער ענגליש אויך, אַזוי אַז מע דאַרף נישט איבערזעצן אַלץ אויף ייִדיש.

„אַפֿילו דעמאָלט ווען ייִדיש איז נאָך געווען די טאָג־טעגלעכע שפּראַך פֿון די מאַסן — האָט ברענט צוגעגעבן — האָט דער היסטאָריקער שמעון דובנאָוו, וועלכער האָט גוט געקענט ייִדיש, געשריבן זײַנע געשיכטע־ביכער דווקא אויף רוסיש, און אַפֿילו שלום־עליכם האָט מיט זײַנע קינדער גערעדט רוסיש.‟

„אונדזער הויפּטציל הײַנט איז צו באַפֿרידיקן די באַדערפֿענישן פֿון אַ נײַעם דור,‟ האָט ברענט דערקלערט. „אַ סך מענטשן צווישן 20 און 50 יאָר ווילן זיך הײַנט דערוויסן מער וועגן דער ייִדישער וועלט, וואָס איז פֿאַרלוירן געגאַנגען — צום טייל, ווײַל ייִדיש איז מער נישט די שפּראַך פֿונעם פֿאָלק, און צום טייל, ווײַל די אַמאָליקע מיזרח־אייראָפּעיִשע קולטור איז דורך דער פּאָפּולערער קולטור פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין ביליקע קלישעען. איך וויל, אַז ייִוואָ זאָל זײַן די אינסטיטוציע, וואָס העלפֿט די גרופּע מענטשן פֿאַרשטיין, אַז זיי זענען אַ טייל פֿון אַ גרויסער מיזרח־אייראָפּעיִשער ציוויליזאַציע.‟

פּעלץ איז אָבער נישט מסכּים. „מיזרח־אייראָפּעיִשע שטודיעס קען מען טאָן אין אַנדערע איסטיטוציעס. ייִוואָ מוז בלײַבן אַ ייִדיש־אַקאַדעמיע — דער אַדרעס, וווּ אַלע ווענדן זיך פֿאַר אַוואַנסירטע ייִדיש־שטודיעס.‟

„ייִוואָ האָט טאַקע אַ מאַנדאַט צו פֿירן פּראָגראַמען אויף ייִדיש,‟ האָט פּאָרטנוי געזאָגט. „די גרעסטע פּראָבלעם איז אָבער, וואָס דער אינסטיטוט האָט נישט קיין געלט. וויפֿל מאָל הער איך ווי עמעצער לייגט פֿאָר אַ פּלאַן, און מע זאָגט אים: ׳מיר האָבן נישט קיין געלט אויף דעם׳.‟

דזשעניפֿער (חנה־רבֿקה) יאָנג, די בילדונג־דירעקטאָרין בײַ ייִוואָ, זאָגט אַז דער אינטערעס אין ייִדיש בײַם ברייטן עולם איז לעצטנס דווקא געוואַקסן, און דערפֿאַר באַמיט זיך דער ייִוואָ צופֿרידנצושטעלן דעם אינטערעס, נישט געקוקט אויף די פֿינאַנציעלע באַגרענעצונגען. צוזאַמען מיט פּאָרטנוי, האָט זי אָנגעהויבן אָרגאַניזירן אַ סעריע קאָנצערטן און לעקציעס אויף ייִדיש — לכל־הפּחות, פֿיר מאָל אַ יאָר — און מע האָט פֿאַרגרעסערט דעם ייִדיש־תּוכן פֿון די ייִדיש־קלאַסן.

„מיר האָבן זיי פֿאַרלענגערט פֿון 90 מינוט אַ וואָך, ביז צוויי שעה,‟ האָט זי געזאָגט. מע האַלט אויך בײַם צונויפֿשטעלן אַ בוך מיט דאָקומענטן אויף ייִדיש, וואָס די ייִדיש־סטודענטן וועלן ניצן אין קלאַס. דאָס בוך הייבט זיך אָן מיט גרינגע מאַטעריאַלן פֿאַר אָנהייבער־סטודענטן, ווי, למשל, טעאַטער־אַפֿישן, און ווערט צו־ביסלעך מער קאָמפּליצירט, ווי, למשל, אויסצוגן פֿון קינדער־זשורנאַלן ווי „גרינינקע ביימעלעך‟, און פֿאַר די ווײַטהאַלטער־סטודענטן — אַ דעקלאַראַציע פֿונעם „ייִדישן אַרבעטער־בונד‟.

פֿאַראַיאָרן האָט מען אין דער זומער־פּראָגראַם צום ערשטן מאָל אָנגעפֿירט מיט אַ קלאַס, וואָס לערנט די סטודענטן ווי צו דעפֿרישירן די ייִדישע האַנטשריפֿט פֿון אַלטע בריוו און פּאָסטקאַרטלעך, און מע האָט אויך צום ערשטן מאָל אָנגעשטעלט אַ ייִדיש־לערער פֿון דער חסידישער וועלט: ד״ר אַליסאַ (חנה) מאַסאָר, וועלכע האָט באַקומען איר דאָקטאָראַט אין ייִדישער ליטעראַטור בײַ קאָלומביע־אוניווערסיטעט, אָבער האָט דערנאָך חתונה געהאַט מיט אַ באָבעווער חסיד, און לעבט איצט אין אַ חסידישער געגנט אין ברוקלין. „דאָס איז געווען דאָס ערשטע מאָל וואָס אַ ייִדיש־לערער אין ייִוואָ האָט גערעדט חסידיש ייִדיש אין קלאַס,‟ האָט יאָנג געזאָגט. „דאָס האָט שטאַרק פֿאַראינטערעסירט אונדזערע סטודענטן.‟

ייִוואָ האַלט אויך בײַם אָרגאַניזירן אַ קאָמיטעט פֿון ייִדיש־לערער און ־אַקאַדעמיקער וואָס זאָל אַרומרעדן, דורך קאָלעקטיווע טעלעפֿאָן־שמועסן און בליצפּאָסט, די צוקונפֿט פֿון ייִדיש־שטודיעס, און העלפֿן צו אַנטוויקלען נײַע פּעדאַגאָגישע מאַטעריאַלן פֿאַר ייִדיש־קלאַסן. מיט דער צײַט, האָפֿט יאָנג, וועט ייִוואָ גרינדן אַ פּראָגראַם צו טרענירן ייִדישע שפּראַך־לערער.

פֿאַר מענטשן ווי געלע שווײַד־פֿישמאַן, איז עס אָבער נישט בלויז אַן ענין פֿון ייִדיש־פּראָגראַמען, אָבער אויך וועגן דעם טאָג־טעגלעכן כאַראַקטער פֿון ייִוואָ. „ייִוואָ איז אַן אינסטיטוציע, וואָס איר גאַנצע געשיכטע איז פֿאַרבונדן מיט ייִדיש; דער פּני פֿון ייִדיש, סײַ אין מיזרח־אייראָפּע, סײַ אין אַמעריקע, איז געווען ענג פֿאַרבונדן מיט ייִוואָ,‟ האָט פֿישמאַן געזאָגט. „אָבער ווען איך קום הײַנט אַרײַן אַהין, הער איך נישט קיין ייִדיש וואָרט, און כ׳זע אַפֿילו נישט קיין ייִדישע פּלאַקאַטן אָדער אונטערקעפּלעך בײַ די אויסשטעלונגען. פֿאַר וואָס נישט?‟

פֿישמאַן ענדיקט מיט אַ משל: „ווען איך קלינג Access a Ride [אַ טאַקסי־דינסט פֿאַר עלטערע און קראַנקע לײַט], פֿרעגט מען תּמיד: „Do you want English or Spanish?‟ די פֿירמע אַנערקענט, אַז עס זענען דאָ מענטשן, וואָס ווילן הערן זייער אייגענע שפּראַך. די זעלבע באַציִונג דאַרף ייִוואָ האָבן צו ייִדיש. דאָס איז אַ ירושה, וואָס מע האָט אונדז איבערגעלאָזט — מיר טאָרן עס נישט פֿאַרגעסן, און מיר טאָרן עס נישט פֿאַרלירן.‟