עלען בלעדסאָע־ראָדריגעז און נײַן אירע קרובֿים האָבן די פֿאַרגאַנגענע וואָך דורכגעמאַכט דעם לאַנגן וועג — 5,600 מײַל — פֿון קאַליפֿאָרניע ביז אַנטווערפּן, כּדי צו באַטייליקן זיך אין דער עפֿענונג־צערעמאָניע פֿונעם נײַעם מוזיי, געווידמעט דער פֿירמע פֿאַר ים־נסיעות Red Star Line, וועלכע האָט כּמעט מיט הונדערט יאָר צוריק געבראַכט איר מאַמע און נאָך 2 מיליאָן מענטשן פֿון אייראָפּע אויפֿן אַמעריקאַנער ברעג פֿון עליס־אײַלענד.
בלעדסאָע־ראָדריגעז האָט דערציילט, אַז די עפֿענונג־צערעמאָניע איז פֿאַר איר געווען זייער רירעוודיק. זי האָט זיך פֿאָרגעשטעלט, ווי איר מאַמע, בתיה כּהן, פֿאָרט אויף אַ שיף קיין אַמעריקע ווי אַ פּאַסאַזשירקע פֿונעם דריטן קלאַס אינעם יאָר 1921, אַנטלויפֿנדיק פֿון די פּאָגראָמען און רדיפֿות קעגן ייִדן, וועלכע האָבן דעמאָלט געבושעוועט אין רוסלאַנד.
די דערמאָנטע רײַזע־פֿירמע איז פֿאַר אַזעלכע מענטשן, ווי בלעדסאָע־ראָדריגעזעס, געוואָרן אַ סימבאָל פֿון דער ייִדישער עמיגראַציע פֿון דער פֿאַרמלחמהדיקער אייראָפּע. די שטאָטישע אַדמיניסטראַציע פֿון אַנטווערפּן, וווּ דער נײַער מוזיי געפֿינט זיך, האָט עס אָבער רעפּרעזענטירט ווי אַן אויסדרוק פֿון די אַלגעמיינע זוכענישן פֿון אייראָפּעיִשע אימיגראַנטן, וועלכע האָבן געהאָפֿט צו טרעפֿן אַ בעסער מזל אויף דעם אַמעריקאַנער קאָנטינענט.
פֿאַר דער בעלגישער רעגירונג, וועלכע האָט באַצאָלט 25 מיליאָן דאָלאַר פֿאַרן נײַעם מוזיי, איז די Red Star Line פֿאַרבונדן מיט דער „שיינער עפּאָכע‟ — דער אָפּטימיסטישער פּעריאָד אין דער געשיכטע פֿון פֿראַנקרײַך און בעלגיע, וועלכער האָט זיך אָנגעהויבן מיט דער דריטער פֿראַנצויזישער רעפּובליק און זיך פֿאַרענדיקט מיט דער ערשטער וועלט־מלחמה. מײַקל בוידען, אַ היסטאָריקער פֿונעם אופּסאַלאַ־אוניווערסיטעט אין שוועדן, האָט דערקלערט, אַז בײַ ייִדן רופֿט דער נײַער מוזיי אַרויס אינגאַנצן אַן אַנדער ריי אַסאָציאַציעס. ווי ער האָט געזאָגט דער פֿלעמישער צײַטונג „De Morgen‟ אין אַן אינטערוויו, האָט אַזאַ פּראָיעקט געקאָנט דינען ווי אַ מיטל, וואָס העלפֿט צו פֿאַרשטיין דעם חילוק צווישן דעם אַלגעמיינעם אייראָפּעיִשן און ספּעציפֿיש־ייִדישן קוק אויף דער געשיכטע. דער מוזיי האָט אָבער נישט אויסגענוצט די דאָזיקע געלעגנהייט.
במשך פֿון די לעצטע יאָרן, האָבן אַ צאָל אָנדענק־פּראָיעקטן אַרויסגערופֿן דעבאַטעס און קאָנפֿליקטן צווישן די אָנהענגער פֿון דער אוניווערסאַל־מענטשלעכער פּערספּעקטיוו און די, וואָס האַלטן, אַז כּדי צו באַקעמפֿן אַנטיסעמיטיזם, מוז מען דערמאָנען כּסדר די געשיכטע פֿונעם ייִדישן חורבן.
לוק ווערהייען, דער קאָאָרדינאַטאָר פֿונעם פּראָיעקט, האָט באַמערקט, אַז דער נײַער מוזיי באַהאַלט נישט אויס דעם טראַגישן אַספּעקט פֿון דער אימיגראַציע קיין אַמעריקע. ער שטעלט אָבער אויך אַן אַקצענט אויף די פּאָזיטיווע דערגרייכונגען פֿון אַזעלכע באַרימטע מענטשן, ווי אַלבערט אײַנשטײַן, וועלכער איז אָנגעקומען קיין ניו־יאָרק אויף אַ שיף פֿון Red Star Line אינעם יאָר 1933.
די שיף־פֿירמע האָט געאַרבעט פֿון 1871 ביז 1934. לכל־הפּחות אַ פֿערטל פֿון די פּאַסאַזשירן זענען געווען ייִדן, וואָס אַ סך פֿון זיי זענען אַנטלאָפֿן פֿון געפֿערלעכע אַנטיסעמיטישע רדיפֿות. אַ טייל היסטאָריקער האַלטן, אַז דער אמתער פּראָצענט ייִדן אויף די שיפֿן איז געווען נאָך גרעסער. במשך פֿון אַ סך יאָרן, האָט די פֿירמע אַפֿילו באַזאָרגט אירע ייִדישע פּאַסאַזשירן מיט כּשר עסן.
בלעדסאָע־ראָדריגעז האָט דערציילט, ווי איר מאַמע, צוזאַמען מיט די פֿינף ברידער און שוועסטער, האָט פֿאַרבראַכט דרײַ וואָכן אויף דער געפּאַקטער שיף מיט 1,500 פּאַסאַזשירן. די ערשטע אַכט חדשים אין אַמעריקע האָט די משפּחה געמוזט בלײַבן אין עליס־אײַלענד אונטערן קאַראַנטין, צוליב אַ שוועמל־אינפֿעקציע.
ס׳איז כּדאַי צו דערקלערן, אַז דער ייִדישער עלעמענט שפּילט יאָ אַ מערקווירדיקע ראָלע אין דער נײַער עקספּאָזיציע. אליהו רינגער פֿונעם „פֿלעמישן פֿאָרום פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס‟ און אַ צאָל אַנדערע אַקטיוויסטן טענהן אָבער, אַז דער מוזיי פֿאַרקוקט דעם „אוניקאַל־ייִדישן כאַראַקטער פֿונעם חורבן‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.