לידער מיט אַ ייִדישן טעם

Songs With Jewish Flavor

Published October 10, 2013, issue of October 25, 2013.

ווילסטו אפֿשר פֿויגל ווערן
צוויטשען לידער אויף אַ דראָט,
שטערן וועלן טאַנצן אונדז אַ פֿריילעכס?
פֿריילעכס טאַנצן ז‘ ניט מאָדערן,
וועגן דעם איך וויל ניט הערן
אויב שוין טאַנצן, זײַן זאָל אַ פֿאָקסטראָט.
(„אַ פֿריילעכער פֿאָקס־טראָט‟)

די שורות דריקן אויס אַ צוגאַנג, אַ שטימונג, אויף דער נײַער רעקאָרדירונג „לידער מיט אַ ייִדישן טעם‟, וואָס מע קען פֿאָרמולירן אַזוי: לערנט נישט מיט אונדז ווי צו פֿאַרברענגען, ווי הנאה צו האָבן פֿונעם לעבן און פֿון מוזיק — מיר וועלן דאָס טאָן אויפֿן שטייגער וואָס מיר קענען, וואָס ס׳האָט אונדז אַזוי גוט געדינט ביז אַהער, און איר, טײַערע צוהערער, וועט ווערן מיטגעריסן מיט די קלאַנגען און אויך הנאה האָבן, אַפֿילו אויב ס‘איז נישט „מאָדערן‟.

בײַם אימפּאָזאַנטן קאָנצערט פֿאַר „נײַע ייִדישע לידער‟ אין סעפּטעמבער אינעם „צענטער פֿאַר ייִדישער געשיכטע‟ האָט מען געזען, ווי עס וואַקסט בײַם ייִנגערן דור דער אינטערעס צו שאַפֿן עפּעס נײַעס, נישט נאָר נײַע קלעזמער־קלאַנגען, נאָר אויך נײַע לידער אויף ייִדיש. און וואָס וועגן דעם „עלטערן‟ דור, בײַם דור וואָס איז אויפֿגעוואַקסן מיט מאַמע־לשון פֿאַר, און באַלד נאָך, דער צווייטער וועלט־מלחמה? אַחוץ דזשאַש וואַלעצקי, האָט מען קיין פֿאָרשטייער פֿון דעם דור נישט פֿאַרבעטן זיך צו באַטייליקן אינעם קאָנצערט, אָבער דאָס הייסט נישט, אַז שאַפֿערישקייט איז כאַראַקטעריסטיש בלויז פֿאַר דער יוגנט.

והאָ־ראַיה — „לידער מיט אַ ייִדישן טעם‟ — Song With A Jewish Flavor נעמט אַרײַן, דער עיקר, נײַע קאָמפּאָזיציעס, נײַע ווערטער און נײַע מוזיק. די ווערטער צו די לידער האָט אָנגעשריבן באָריס סאַנדלער, שעף־רעדאַקטאָר פֿונעם „פֿאָרווערטס‟; די מוזיק האָט קאָמפּאָנירט ריטאַ און אַראַנזשירט האָט די לידער נחום. לכאָטש די קויפֿמאַנס טרעטן שוין אויף צוזאַמען אין אַמעריקע יאָרן לאַנג וועלן אַ סך צוהערער געניסן פֿון זייער זינגען מוזיק צום ערשטן מאָל.

נישט אַלע מעלאָדיעס זענען אָריגינעל — צו געוויסע לידער האָט מען צו סאַנדלערס ווערטער געניצט מעלאָדיעס פֿון די באַקאַנטע רוסישע קאָמפּאָזיטאָרן, אַזעלכע וי אײַזיק דונאַיעווסקי, ניקיטאַ באָגאָסלאָווסקי און נ. מינך. צו עטלעכע לידער האָט סאַנדלער (און יעווגעני קיסין אין איין ליד) איבערגעזעצט די ווערטער פֿון רוסיש אויף ייִדיש.

פֿאַר די אַמעריקאַנער געבוירענע, אײַנגעוואָרצלט אין קלעזמער־מוזיק, וועלן די מוזיקאַלישע אַראַנזשירונגען אין „לידער מיט אַ ייִדישן טעם‟ קלינגען גאָר אַנדערש, ווי זיי זענען שוין צוגעוווינט צו הערן. אויפֿן אָרט פֿון אַ קאַפּעליע, דיריגירט נחום קויפֿמאַן מיט אַן אָרקעסטער. זײַן פֿרוי ריטאַ קויפֿמאַן זינגט אין אַ פּאָפּולערן רוסישן סטיל, וואָס אין ניו־יאָרק הערט מען אין די נאַכט־קלובן און רעסטאָראַנען, אָבער מע קען שוין דעם סטיל אויך פֿאַררעכענען ווי אַן אַלטע ייִדישע פֿאָלק־טראַדיציע.

ווען מע הערט זיך נאָענטער צו צום קאָמפּאַקטל, הערט מען, אַז די רעקאָרדירונג צייכנט זיך אויס מיט עטלעכע אַספּעקטן. די דועטן מיט נחום און ריטאַ האָבן חן און געפֿיל. ריטאַ קויפֿמאַן זינגט אויף ייִדיש אָן אַ פּגם, און מע וואָלט קיין מאָל נישט געוווּסט, אַז זי איז נישט קיין געבוירענע ייִדיש־רעדערין. באָריס סאַנדלער שרײַבט אין אַ היימישן ייִדיש, וואָס מע הערט גאָר זעלטן אין די הײַנט־געשאַפֿענע לידער. זײַנע לידער, ס‘רובֿ וועגן ליבע, זענען געצילט אויף אַ פּאָפּולערן עולם, אָבער ער רירט אָן טעמעס וואָס זענען בפֿירוש נאָענט דעם ייִדיש־ליבהאָבער. אינעם ליד „טעאַטער־טאַנגאָ‟ באַשרײַבט ער דאָס בענקען נאָכן אַלטן, לעבעדיקן ייִדישן טעאַטער, וואָס פֿעלט אונדז אַלע.

„I Love‟ — עס מיינט דאָס זעלבע, וואָס „כ‘האָב ליב‟ — די זעלבע וועלט, דאָס זעלבע לאַנד, די זעלבע פֿרוי און קינד.
און דאָך, דער ייִדיש קלאַנג, ער רײַסט זיך פֿון מײַן ליפּ,
מיט מענטשן טײַערע דער קלאַנג פֿאַרבינדט.
מע שפּילט אויף דער בינע פּיעסעס נײַע אויף אַ „דזשויִש‟ —
אַ טעם זיי האָבן, זאָגט מען, און געפֿילן אויך.
איין קלייניקייט: אין „דזשויִש‟ פֿעלט אַ ביסל נשמיש —
אַוועקגעפֿלויגן דער אַמאָל, ווי מיט דעם רויך….

אינעם ליד „בעסאַראַבער קאָטשמאַן אין ניו־יאָרק‟ דערציילט ער סײַ מיט הומאָר, סײַ מיט נאָסטאַלגיע וועגן דעם איבערגעקערטן לעבן פֿונעם ייִדישן אימיגראַנט אין אַמעריקע.

די רעקאָרדירונג „לידער מיט אַ ייִדישן טעם‟ נעמט אַרײַן לידער פֿול מיט טענץ — „טעאַטער־טאַנגאָ‟, „אַ פֿריילעכער פֿאָקס־טראָט‟ „ייִדישער קאַדריל‟ — אָבער צוזאַמענגענומען דריקט דער „פֿריילעכס‟־טאַנץ אויס צום בעסטן דער די עמאָציעס און שטימונג פֿון די מחברים אויפֿן לעבעדיקן נײַעם קאָמפּאַקטל — „לידער מיט אַ ייִדישן טעם‟.

דאָס ליד „אַ חתונה אין דאָרף‟ קען מען הערן דאָ:

צו באַשטעלן דאָס קאָמפּאַקטל „לידער מיט אַ ייִדישן טעם‟, קלינגט אָן אין „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע 8200־889־212 ליניע 400, אָדער שרײַבט צו:

vinokur@yiddish.forward.com