דאָס װאָרט „פּראָװינץ“ איז אַ לאַטײַנישס. די אַלטע רוימער פֿלעגן געװיסע טיילן פֿון זייער גרויסער אימפּעריע, װעלכע מען האָט בעת די מלחמות דעראָבערט, אָנרופֿן פּראָװינצן און אַהין האָט די רעגירונג געשיקט גובערנאַטאָרן, אַזוי גערופֿענע „פּראָקאָנסולן“, כּדי צו פֿאַרװאַלטן די דאָזיקע געביטן. אין רוים איז געװען קאָנצענטרירט די גאַנצע קולטור פֿון לאַנד. די היסטאָרישע פֿאַראורטיילן בלײַבן נאָך זייער שטאַרק ביז דער „גרויס־שטאָטישער“ װעט בײַטן זײַן באַציִונג צו דעם „פּראָװינציאַל“, און ביז װאַנען דער „פּראָווינציאַל‟ װעט אויפֿהערן צו קוקן מיט קינאה אויף די „גליקן“ און די גרויסע „דערגרייכונגען“ פֿון דער הויפּטשטאָט.
היסטאָריש האָט זיך אונדזער ייִשובֿ אָנגעהויבן נישט אין בוענאָס-אײַרעס, נאָר אין דער פּראָװינץ. די ערשטע אימיגראַנטן זײַנען טאַקע געקומען קיין אַרגענטינע דורכן בוענאָס-אײַרעסער פּאָרט, אָבער תּיכף־מיד אַלע אַװעק קײן פּאַלאַסיאָס אין דער פּראָװינץ סאַנטאַ פֿע. דאָרט אין די האַלב-װילדע מידבריות, איז געשטאַנען דאָס װיגעלע פֿון אונדזער הײַנטיקן ייִשובֿ; דאָרטן האָבן אונדזערע אָבֿות אויסגעבויט די ערשטע בנינים פֿון אונדזער געזעלשאַפֿטלעכקייט; דאָרטן אין מאָזעסװיל האָט מען געשאַפֿן די ערשטע ייִדישע שול, דעם ערשטן קאָאָפּעראַטיװ, די ערשטע לײַקאַסע, די ערשטע ביבליאָטעק. בוענאָס-אײַרעס האָט זיך פֿון ריין-היסטאָרישן שטאַנדפּונקט גאָר נישט איבערצונעמען. דװקא אין דער „אָפּגעשטאַנענער“ פּראָװינץ, װעלכע איז צענדליקער יאָרן געװען דער קװאַל, פֿון װאַנען בוענאָס-אײַרעס האָט געשעפּט עקאָנאָמישע און גײַסטיקע כּוחות פֿאַר זײַן הײַנטיקן גרויסן װוּקס. אויב שוין יאָ רעדן וועגן ייִחוס, שטעקן די גרעסטע מיוחסים נישט אין בוענאָס-אײַרעס, נאָר אין די ייִדישע קאָלאָניעס פֿון מאָזעסװיל, ענטרע ריִאָס, ריװעראַ אאז“װ.
ערשט אָנהייבנדיק לערך פֿון 1892, אַנטװיקלט די ייִק“א פֿון באַראָן הירש אַ פּלאַנמעסיקע קאָלאָניסטישע טעטיקייט נישט בלויז אין דער מאָזעסװילער געגנט, נאָר אויך אין אַנדערע פּראָװינצן.
באַלד האָבן זיך באַװיזן אין דער שטאָט און, דער עיקר, אויף דער פּראָװינץ די ערשטע לײַקאַסעס און פּעדלערס („קוענטעניקעס“) און די ערשטע אַגראַר-קאָאָפּעראַטיװן, װאָס בײַטן די װירטשאַפֿטלעכקייט פֿון שטאָט און פּראָװינץ.
און װען די קינדער פֿון די אימיגראַנטן געפֿינענן נישט קיין צוקונפֿט אויפֿן פֿעלד אָדער װילן זיך שוין לערנען אין אוניװערסיטעט, װערט דאָס ייִדישע לעבן אָפּגעשװאַכט אין דער פּראָװינץ און די שפּראַכלעכע אַסימילאַציע, און אַסימילאַציע בכלל, דורך די געמישטע חתונות האָבן אויסגעליידיקט די קליינע ייִדישע ייִשובֿים פֿון אַרגענטינע.
אין 1940 האָט שוין ד“ר משה מערקין, וואָס האָט זיך באַזעצט אין אַרגענטינע, געשריבן: „מיר האָבן אונדזער זריעה פֿאַרזייט אויף פֿרעמדע פֿעלדער, אויף פֿרעמדן באָדן, אונטער אַנדערע הימלען, אונטער נײַע באַדינגונגען — קלימאַטישע, עקאָנאָמישע, סאָציאַלע און קולטורעלע. אַװדאי, איז אויסגעװאַקסן אַן אַנדער יוגנט, װי אין אונדזערע אַלטע היימען. לאָמיר זײַן צופֿרידן, װאָס זי איז נישט אַװעק אין גאַנצן פֿון אונדז, כאָטש מיר, די אַלטע, האָבן גאָר נישט געטאָן זי צוריקהאַלטן. די יוגנט איז װידער מיט אונדז, מיט איר פֿאָלק. לאָמיר בענטשן גומל, װאָס מיר האָבן זי, די יוגנט, נישט פֿאַרלוירן און לאָמיר זיך פֿרייען, װאָס זי שטייט מיט אונדז אונטער אונדזער פֿאָן.‟
אַליין אַ שקלאָװער ייִד, געבוירן אין 1889, איז ד‟ר משה מערקין געקומען קיין ארגענטינע אין יאָר 1936. זײַן טאַטע איז געווען אַ תּבֿואה־סוחר און די מאַמע — אַן אייניקל פֿון ר‘ שניאור-זלמן שנייערסאָן. די ווערטער האָט ער געשריבן אין דער גרויסער שטאָט, װען די פּראָװינץ איז שוין געװען אויסגעליידיקט פֿון ייִדן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.