די האָלענדישע פֿירנדיקע פּאַרטיי האַלט, אַז מע דאַרף פֿאַרגרעסערן די מלוכישע געלט־שטיצע פֿאַר דער פֿיזישער פֿאַרזיכערונג פֿון ייִדישע אינסטיטוציעס אין אַמסטערדאַם.
דינסטיק, דעם 8טן אָקטאָבער, האָט די „פֿאָלק־פּאַרטיי פֿאַר פֿרײַהייט און דעמאָקראַטיע‟ געגעבן צו וויסן אויף איר וועבזײַט, אַז „אַמסטערדאַם מוז אָנהייבן שטיצן אַ טייל פֿון די הוצאות צו פֿאַרזיכערן אַזעלכע ייִדישע אַנשטאַלטן, ווי שולן און שילן‟. לויט דעם אינטערנעץ־אַנאָנס, האַלט די פֿירנדיקע האָלענדישע פּאַרטיי, אַז די אַמסטערדאַמער מוניציפּאַליטעט מוז יעדעס יאָר אויסגעבן אויף דעם דאָזיקן צוועק אַ סומע פֿון 200,000 אייראָ (בערך 270,000 דאָלאַר).
אויפֿן הײַנטיקן טאָג, באַזאָרגט בלויז איין ראַיאָן־אַדמיניסטראַציע פֿון אַמסטערדאַם די אָרטיקע ייִדישע קהילה מיט דער פֿינאַנציעלער הילף פֿאַר זיכערהייט־צוועקן, אויף אַ סומע פֿון 180,000 דאָלאַר אַ יאָר. בסך־הכּל, וווינען אין דער שטאָט אַרום 30,000 ייִדן; די אַמסטערדאַמער קהילה פּטרט יעדעס יאָר מער ווי אַ מיליאָן דאָלאַר אויף זיכערהייט־ענינים.
סטעפֿאַן דע ברוּין, אַ שטאָטישער פֿאָרשטייער פֿון דער „פֿאָלק־פּאַרטיי פֿאַר פֿרײַהייט און דעמאָקראַטיע‟, האָט דערקלערט, אַז מע מוז העכערן די מלוכישע שטיצע, ווײַל די סכּנות, וואָס דראָען די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין דער שטאָט, זענען, לויט זײַן מיינונג, „נישט קיין אַנעקדאָט. כּדי צו לייזן אַ סטרוקטורעלע פּראָבלעם מוז מען געפֿינען אַ סטרוקטורעלן ענטפֿער.‟
דער פּאַרטיי־פֿאָרשטייער האָט צוגעגעבן, אַז די רעגירונג טראָגט דאָס אַחריות פֿאַר די זיכערהייט־ענינים. הײַנט, אָבער, ווערט זיי געלייזט אויפֿן חשבון פֿון דער ייִדישער קהילה. די עלטערן באַצאָלן איצט בערך 1,300 דאָלאַר אַ יאָר פֿאַר יעדעס קינד, וואָס לערנט זיך אין אַ ייִדישער שול, כּדי צו פֿאַרזיכערן דעם זיכערהייט־מצבֿ פֿון די תּלמידים.
לויט דעם באַריכט פֿונעם האַאַגער „צענטער פֿון אינפֿאָרמאַציע און דאָקומענטאַציע לטובֿת ישׂראל‟, זענען אינעם יאָר 2012 פֿאָרגעקומען 113 אַנטיסעמיטישע אינצידענטן אין האָלאַנד, אַרײַנגערעכנט 6 פֿיזישע אָנפֿאַלן. די „פֿאָלק־פּאַרטיי פֿאַר פֿרײַהייט און דעמאָקראַטיע‟ און די „אַרבעטער־פּאַרטיי‟ זענען פֿאַראייניקט אין אַ קאָאַליציע סײַ אין דער אַלגעמיינער רעגירונג פֿונעם לאַנד, סײַ אין דער אַמסערדאַמער מוניציפּאַליטעט. אין דער אַלגעמיינער רעגירונג, איז די „פֿאָלקס־פּאַרטיי‟ דער מערהייט־שותּף, און אין דער שטאָטישער אַדמיניסטראַציע איז זי די צווייט־גרעסטע. דער מעיאָר פֿון דער שטאָט, עבענהאַרד וואַן דער לאַאַן, איז אַ מיטגליד פֿון דער „אַרבעטער־פּאַרטיי‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.