כ’האָב שוין געהאַט אָנגעוווירן דעם גלויבן, אַז עס געפֿינען זיך נאָך אַלץ אין אַמעריקע פֿעיִקע דראַמאַטורגן, וואָס קענען די טעאַטראַלע מלוכה. האָב איך זיך די טעג אַרײַנגעכאַפּט אין „אַליס גריפֿין דזשועל טעאַטער‟, אויף דער 42סטער גאַס אין מאַנהעטן און זיך מחיה געווען. מע שפּילט דאָרט אַ פּיעסע, וואָס נעמט אַרום אַ פּאָר תּקופֿות פֿון אייראָפּעיִשן לעבן; דער עיקר, ווין פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה, ווען עס האָט געבושעוועט מיט אומצופֿרידנקייט צווישן די עסטרײַכער פֿון פֿראַנץ־יאָזעפֿס הערשאַפֿט און דער האַבסבורג־דינאַסטיע.
דער גרויסער קאָמפּאָזיטאָר און דיריגענט גוסטאַוו מאַלער גייט אַרום פֿאַראומגליקט, צוליב זײַן צוזאַמענלעבן מיט זײַן פֿרוי אַלמאַ, וואָס האָט בײַ איר אָפּגענומען די איניציאַטיוו זיך אַליין אויסצודריקן דורך מוזיק, און איר זעלבסט־באַפֿרידיקונג אין לעבן. מאַלער, ווי עס ווערט געוויזן אין דער פֿאָרשטעלונג, איז געווען אַ דעספּאָט אין אַ פּערפֿומירט לאַנד, וואָס האָט זיך געהאַלטן אין איין שפּאַלטן און צעשיטן.
ביידע, סײַ גוסטאַוו און סײַ אַלמע, האָבן זיך געהיילט בײַם וועלט־באַרימטן אַנאַליטיקער דאָקטער זיגמונד פֿרויד, וועלכער האָט ערשט דערפֿונדן זײַן נײַע וויסנשאַפֿט פֿונעם אונטערבאַוווּסטזײַן. אין גאַס און אין די קאַפֿעען האָבן זיך דערווײַל אַרומגעדרייט אומצופֿרידענע יונגעלײַט. דער קאַפּיטאַליזם האָט זיי געשטאָכן אין די אויגן. איינער איז אַרומגעלאָפֿן מיט פּאַמפֿלעטן און גערופֿן צו רעוואָלוציע. זײַן נאָמען איז — יאָסעף סטאַלין.
דער צווייטער יעקל בן פֿלעקל איז געווען אַן אַנטוישטער „קינסטלער און מאָלער‟, און געשטאַנען זײַנען אים אין וועג פֿון דערפֿאָלג דווקא די ייִדן. זיי האָבן אים אַראָפּגעריסן, ווי אַ נישט־טויגער. זײַן נאָמען איז — אַדאָלף היטלער. זײַן רוגזה און שׂנאה צו ייִדן זײַנען אים דערגאַנגען די יאָרן. אַלץ וואָס ס‘האָט אים אויפֿגעהאַלטן בײַם לעבן, איז געווען דאָס שעכט־הויז.
אין ווין האָבן זיך אויך אַרומגעדרייט אַזעלכע ריזיקע קעפּ ווי לודוויג וויטגענשטיין, וועלכער האָט דאָמינירט איבער גאַנץ אייראָפּע מיט זײַן פֿילאָסאָפֿישער לערע אַ האַלבן יאָרהונדערט.
מיטן „די ענדגילטיקן אַנאַליז‟ (Final Analysis) האָט דער דראַמאַטורג אָטאָ עסקין אַרײַנגעכאַפּט צוויי פֿייגל מיט איין שאָס: די ענדגילטיקע וויסנשאַפֿט פֿון פֿרוידס אַנאַליטישע טעאָריעס, און אין דער זעלבער צײַט, „ענדגילטיקע לייזונג‟ (Final Solution) פֿון אַן אומגליקלעך פֿאָלק, וואָס איז געשטאַנען ווי אַ ביין אין האַלדז אין אַ קריסטלעך־דאָמינירטער וועלט.
די האַבסבורג־אימפּעריע איז גאָרנישט געווען אַנדערש פֿון אַלע אַנדערע וועלט־דינאַסטיעס, אַרײַנגערעכנט דעם צאַריזם אין רוסלאַנד. זיי האָבן אונטערדריקט די מאַסן, בעת זייער מלוכהשאַפֿט איז געווען קאָרומפּירט, זיך איזדיעקעוועט איבער דעם אָרעמען המון־עם, פֿאַרדרייט אינטריגעס און אויפֿגעבלאָזן די שׂרפֿות פֿון אַנטיסעמיטיזם און, דער עיקר, געהאָלפֿן פֿאַרסמען די נישט-צו-זויבערע אייראָפּעיִשע לופֿט פֿון 20סטן יאָרהונדערט.
שטעלט אײַך פֿאָר דאָס אַלץ אַרײַנצופּאַקן אין איין פּיעסע, און האַלטן דעם עולם געשפּאַנט, איז עס דאָך אַ ריזיקע קונסט. ווי געזאָגט, האָט עס אויפֿגעטאָן דער דראַמאַטורג אָטאָ עסקין; רעזשיסירט מיט אַ לײַכטער, קינסטלערישער האַנט האָט עס ליודאָוויקאַ ווילאַר־האַוסער. עס נעמען אָנטייל אַקטיאָרן פֿון אַ גרויסן פֿאַרנעם, צווישן זיי: עזראַ באַרנס, סטיווען ברעדבורי, רײַען גאַרבײַאָ, עליזאַבעט יאַסיצקי, גאַנאָן מעקהייל, טאָני נאַומאָווסקי און מײַקל סאַטאָוו — אויסגעשולטע און דערפֿאַרענע אַקטיאָרן, וועלכע האָבן געשאַפֿן אַ באַגלויבט און נאַטירלעך בילד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.