ווער עס האָט זיך אַ מאָל אונטערגענומען אָנצושרײַבן אַ גרעסערע זאַך — אַ ראָמאַן, אַ געשיכטע, אַ דיסערטאַציע — ווייסט, אַז אַזוינס לאָזט זיך שאַפֿן נאָר אונטער ספּעציפֿישע באַדינגונגען. אַ טייל מענטשן קענען שרײַבן נאָר אין דער היים; זיי באַהאַלטן זיך אויס וואָכן און חדשים און עפֿענען די טיר נאָר דעמאָלט, ווען דאָס ווערק איז פֿאַרענדיקט געוואָרן. די אַנדערע, ווידער, קענען ניט פֿאַרטראָגן די שטילקייט פֿון זײַן פֿאַרשפּאַרט צווישן פֿיר ווענט, זיי קענען שרײַבן נאָר אין אַ קאַפֿע אָדער רעסטאָראַן, אַפֿילו פֿאָרנדיק אין אַ באַן. נאָך אַנדערע ווערן גרויסע פּאָעטן ווען זיי זײַנען “אונטערן גלעזל” אָדער רייכערן קטורת, ווײַל אויפֿן ניכטערן קאָפּ הערן זיי ניט די מוזע און ווערן שטום.
אַזוי האָט די מוזע אירע קאַפּריזן און דער שרײַבער דאַרף איר צוליב טאָן. ספּעציעל נייטיקן זיך דאָקטאָראַנטן אין איר הילף, ווײַל אָן אַ פֿאַרענדיקטער דיסערטאַציע גייען די אַלע יאָרן פֿון לערנען אין ניוועץ — און אפֿשר אַ דריטל וועלן טאַקע קיין מאָל ניט פֿאַרענדיקן. מחמת די גרויסע אינטעלעקטועלע שאָדנס וואָס קומען דערפֿון, זוכט מען פֿאַרשיידענע מיטלען צו פֿאַרפֿעסטיקן די מוזע־דאָקטאָראַנט־באַציִונג, לכל־הפּחות ביז דער דיסערטאַציע־פֿאַרטיידיקונג. (דערנאָך, צום באַדויערן, גייען זיי זיך אָפֿט פֿונאַנדער מיט דער מוזע: אַ העלפֿט דאָקטאָראַנטן וועלן קיין ווײַטערדיקע פֿאָרשונג קיין מאָל ניט אַרויסברענגען.)
אין דעם ענין לוינט זיך אַרײַנצוטראַכטן, ווײַל ווער ווייסט וויפֿל דיסערטאַציעס און גרויסע ראָמאַנען זײַנען קיין מאָל ניט אָנגעשריבן געוואָרן, וויפֿל נײַע אידייען זײַנען ניט אוופֿגעקומען, ווײַל אונדזערע שרײַבער האָבן ניט געאַרבעט אונטער די ריכטיקע באַדינגונגען? די וויסנשאַפֿטלער האָבן אַנטדעקט אַ וויכטיקן שטער צו דער מענטשלעכער שעפֿערישקייט: אָרדענונג — סדר — ריינקייט! עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז ווען מען לאָזט מענטשן אַרבעטן אין אַ ריינעם צימער, ווערן זיי מער קאָנווענציאָנעל, ווייניקער אָריגינעל אין געדאַנק. אָבער אין מיטן אַ באַלאַגאַן, אין אַן איבערגעקערטן צימער, טראַכטן זיי פֿרײַער און שעפֿערישער.
די דאָזיקע אַנטדעקונג איז גאָר אַ וויכטיקע פֿאַרן אופֿן, ווי אַזוי פֿירמעס און אָרגאַניזאַציעס פּלאַנירן און אַראַנזשירן זייערע ביוראָען. אין אַ סך ערטער הערשט נאָך אַ קאָרפּאָראַטיווער מאָדעל מיט קאַלטע ווײַסע ווענט, גלײַכע ליניעס, און אַ מינימאַליסטישן דיזײַן, וואָס אַזאַ סבֿיבֿה דערשטיקט דעם פֿרײַען געדאַנק און דעם כּוח־הדמיון. דאָס איז אפֿשר ניט קיין סכּנה אין אַ גאָלמעסער־פֿאַבריק, אָבער אין אַ טעכנאָלאָגישן “סטאַרט־אָפּ” אָדער אין אַ צײַטונג־רעדאַקציע, וווּ מען לעבט פֿון נײַע אידייען און פּערספּעקטיוון, איז דער סטערילער קאָרפּאָראַטיווער קאָנפֿאָרמיזם זייער ניט אָנגעלייגט. עס וואָלט אפֿשר געווען אַ פּלאַן אײַנצופֿירן ספּעציעלע ערטער פֿאַר אומאָרדענונג אין אַזעלכע ביוראָען, זאַמדקאַסטנס און באַלאַגאַן־צימערן, וווּ די מיטאַרבעטער וואָלטן געקענט אין די פֿרײַע מינוטן זיך אָפּרוען און זיך שפּילן.
פֿאַרשטייט זיך, אַז אָרדענונג און ריינקייט ברענגען ניט שאָדן אומעטום. אין אַ שפּיטאָל, למשל, וואָלט געווען בעסער ווען די פּאַציענעטן זאָלן זיך ניט וואַלגערן אין מיסט. וויסנשאַפֿטלער האָבן געמאַכט אַ סטאַטיסטישן פֿאַרגלײַך צווישן די אָרגאַניזירטע מיט ניט־אָרגאַניזירטע מענטשן און אויסגעפֿונען, אַז כאָטש די אומאָרגאַניזירטע זײַנען טאַקע שעפֿערישער, לעבן זיי ניט אַזוי לאַנג ווי די אָרגאַניזירטע. זיי עסן ניט אַזוי געזונט, מאַכן זעלטענער פֿיזישע געניטונגען, און אַרבעטן בכלל ווייניקער סיסטעמאַטיש און עפֿעקטיוו.
די בעסטע לייזונג וואָלט משמעות געווען צוצופּאַסן דעם אַרבעטפּלאַץ צו דעם מין אַרבעט, וואָס ווערט דאָרט געטאָן. למשל, אין דער גאָלמעסער־פֿאַבריק, וווּ ס’איז פֿאַראַן אַ סכּנה, מע זאָל זיך ניט צעשנײַדן די הענט מיט שמוציקע גאָלמעסערס, אַז אין קאַווע זאָל, חלילה, ניט אַרײַנפֿאַלן אַ גאָלמעסער אאַז”וו, וואָלט געפּאַסט צו מאַכן אַ סדר. דאָרט איז מער אָנגעלייגט, אַז די אַרבעטער זאָלן טאַקע ניט זײַן צו שעפֿעריש מיט די גאָלמעסערס. אין אַ צײַטונג־רעדאַקציע, ווידער, קען מען זיך דערלויבן צו האַלטן אַ הויפֿן אַלטע ביכער און פּאַפּירן, אָדער לאָזן אַ לאָך אין דער וואַנט, וואָס וועלן אפֿשר פֿירן צו גרויסע אידעיִשע און קינסטלערישע חידושים.
דער רעש און אומאָרדענונג פֿונעם קאַפֿע שפּילן אַזאַ חשובֿע ראָלע אינעם אינטעלעקטועלן לעבן, אַז אַ יונגע חבֿרה האָט אויסגעפֿונען אַ מיטל, ווי אַזוי צו שאַפֿן די זעלביקע אַטמאָספֿער אומעטום. פֿונעם וועבזײַטל Coffitivity (“קאַווע־טיוויטעט”) קען מען אַראָפּלאָדן פֿאַרשיידענע קלאַנגען, וואָס מע האָט רעקאָרדירט אין די קאַפֿעען, וואָס זיי זאָלן העלפֿן צו מאַכן דעם אַרבעטפּלאַץ מער פּראָדוקטיוו. (דער שרײַבער פֿון די שורות הערט זיך צו צו די קלאַנגען בשעת ער שרײַבט דעם דאָזיקן אַרטיקל — ער זעט אָבער ניט, אַז דאָס שרײַבן זאָל אים אָנקומען גרינגער אָדער, אַז ס’זאָלן אים אײַנפֿאַלן בעסערע אידייען. אַן אמת טעפּל קאַווע וואָלט מער געהאָלפֿן.)
דער לייענער וועט אפֿשר מיינען, אַז די אַלע טראַכטענישן וועגן די מעלות פֿון אומאָרדענונג זײַנען סתּם אַ פֿוילער תּירוץ פֿון פֿוילע מענטשן, וואָס ווילן ניט אַרבעטן און אויסקערן דאָס מיסט וואָס זיי האָבן אָנגעמאַכט. יעדער בטלן און באַלאַגאַניסט קען זיך אויסדרייען מיט דער טענה, אַז ער איז אַ קינסטלערישע נאַטור און עס שטייט אים ניט אָן צו פּטרן זײַן גאונות אויף ריינקייט.
אויך דעם דאָקטאָראַנט, וואָס פֿאַרקריכט אין חקירות און פּילפּולט זיך, וואָסער מין קאַפֿע איז דער פּראָדוקטיווסטער און וויפֿל רעש וואָלט געווען צום בעסטען, דאַרף מען אפֿשר זאָגן דעם ריינעם אמת: אַז דער בעסטער וועג צו פֿאַרענדיקן אַ דיסערטאַציע איז זיך אַוועקזעצן, וווּ עס זאָל ניט זײַן, און שרײַבן ביז די מעשׂה וועט נעמען אַ סוף. און אַז ער האָט פּונקט די רגע ניט קיין כּוח פֿאַר דעם, וואָלט ניט געשאַדט, אַז ער זאָל דערווײַל אויפֿראַמען די שטוב און מאַכן זײַן אַרבעטפּלאַץ אויסצוזען אַ ביסל לײַטישער. פֿאַרן באַלאַגאַניסט איז דאָס ניט אַזוי אײַנגענעם צו הערן, אָבער עס שאַדט ניט, און מסתּמא וועט ער אויך ניט פֿאַרלירן זײַן גאַנצע גאונות אין אַ ריינעם צימער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.