אַ פֿאַרלאָזטער טשעמאָדאַן רופֿט צומאָל אַרויס אַ פּאַניק אויף די תּל־אָבֿיבֿער גאַסן. ווען יוסף האַלפּער האָט דערזען אַן אַרויסגעוואָרפֿן אַלט לעדערן רײַזע־רענצל אויפֿן וועג אַהיים פֿון זײַן ביכער־קראָם, מיט עטלעכע יאָר צוריק, האָט ער עס אויפֿגעהויבן מיט גרויס אינטערעס. „איך האָב ליב געהאַט צו זאַמלען מיסט‟, האָט ער דערקלערט.
אינעווייניק, האָט ער אַנטדעקט אַ גאַנצן אוצר פֿון איבער 500 אַקוראַט אײַנגעפּאַקטע ליבע־בריוו אויף ענגליש, געשיקט אינעם פּעריאָד פֿון 1940 ביז 1942. לייטענאַנט הייג קאַפּלאַן — אַ ייִד, וועלכער האָט געדינט אינעם ראָדעזיע־אָפּטייל פֿון דער בריטישער אַרמיי און איז שפּעטער אָפּגעשיקט געוואָרן אין עגיפּטן און פּאַלעסטינע, האָט געפֿירט אַ קאָרעספּאָנדענץ מיט זײַן געליבטער, אָפֿראַ קאַרסענטי, וועלכע האָט געוווינט אין תּל־אָבֿיבֿ.
דער בעל־הבית פֿון דער קראָם „האַלפּערס ביכער‟ אינעם געדיכט־באַוווינטן דרומדיקן טייל פֿון דער שטאָט, האָט באַשלאָסן אויסצוגעפֿינען, וואָס ס׳האָט פּאַסירט זינט יענער ווײַטער צײַט מיט די דאָזיקע מענטשן. ס׳איז פֿאַרגאַנגען בלויז אַ וואָך נאָך דעם טאָג, ווען האַלפּער האָט געפֿונען די בריוו און שוין געהאַט איבערגעלייענט ס׳רובֿ פֿון זיי; פּלוצעם, קומט אַרײַן אין זײַן קראָם אַ דרום־אַפֿריקאַנער פּאָרפֿאָלק, וואָס האָט געזוכט ביכער אויף ענגליש. צו זײַן מזל, האָבן זיי געקענט קאַפּלאַנס ברודער, וועלכער האָט געוווינט אין רחובֿות, נישט ווײַט פֿון תּל־אָבֿיבֿ.
דער מחבר פֿון די ליבע־בריוו, ווי זײַן ברודער האָט דערציילט האַלפּערן, האָט געוווינט אין בולאַוואַיאָ, זימבאַבווע, און געשטאָרבן מיט פֿינף יאָר צוריק. צו געפֿינען זײַן געליבטע איז געווען שווערער. צוערשט, האָט אים איינער, אַ היסטאָריקער, איבערגעגעבן, אַז זי איז געשטאָרבן. עס האָט זיך אָבער אַרויסגעוויזן, אַז דאָס איז געווען די שוועסטער פֿון דער בריוו־מחברטע. די 94־יאָריקע אַריסטאָקראַטישע פֿרוי, אַן עכטע מיוחסדיקע „סאַברע‟ מיט עטלעכע דורות תּל־אָבֿיבֿער זיידע־באָבעס, האָט אָנגענומען, נאָך דער חתונה, איר מאַנס פֿאַמיליע־נאָמען — קרינסקי — און דערנאָך געביטן עס אויף קאַרין, עס זאָל קלינגען מער העברעיִש.
ווען איר שוועסטער איז געשטאָרבן, האָט מען איר הויז פֿאַרקויפֿט; דאָס אַלטוואַרג, וואָס איז געלעגן אויפֿן בוידעם, אַרײַנגערעכנט דאָס רענצל מיט די אַלטע ליבע־בריוו, איז אַרויסגעוואָרפֿן געוואָרן אויף דער גאַס. קאַרין האָט זיך פֿאַרחידושט, אַז איר קאָרעספּאָנדענץ האָט זיך אָפּגעפֿונען, ווײַל זי האָט אינגאַנצן פֿאַרגעסן, אַז זי האָט איבערגעלאָזט די בריוו אין איר שוועסטערס הויז.
די אַלטע פֿרוי האָט דערציילט, אַז זי איז געווען אַ 23־יאָריק מיידל, ווען זי האָט אָנגעהויבן זיך טרעפֿן מיטן 21־יאָריקן קאַפּלאַן. זייער ערשטע באַגעגעניש איז פֿאָרגעקומען בעת אַ טיי־וועטשערע, וואָס זייער אַ דרום־אַפֿריקאַנער באַקאַנטער האָט אָרגאַניזירט פֿאַר ייִדישע סאָלדאַטן. דער יונגער סאָלדאַט פֿלעגט כּסדר באַזוכן תּל־אָבֿיבֿ. ס׳רובֿ סאָלדאַטן אין זײַן אָפּטייל זענען געווען שאָטלענדער פֿון ראָדעזיע — דאָס לאַנד, וואָס הייסט הײַנט זימבאַבווע. קאַפּלאַן האָט אויך געדינט אינעם שאָטלענדישן „קילט‟.
די פֿאַרליבטע פֿלעגן כּסדר שרײַבן איינער דעם צווייטן. צוליב דער מיליטערישער צענזור און אָפֿטע אַרמיי־דיסלאָקאַציעס, האָבן זיי צומאָל געמוזט זייער לאַנג וואַרטן אויפֿן ענטפֿער. שפּעטער, איז אָפֿראַ געוואָרן פֿאַרקנסט און זיי האָבן פֿאַרלוירן דעם קאָנטאַקט. נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָט קאַפּלאַן זיך באַזעצט אין אַ קיבוץ, וווּ ער האָט געטראָפֿן זײַן ווײַב, אַ פֿרוי פֿון דער שארית־הפּליטה. שפּעטער זענען זיי זיך אַוועקגעפֿאָרן קיין ראָדעזיע.
אינעם יאָר 2008, ווען קאַפּלאַן האָט נאָך געלעבט, האָט ער זיך פֿאַרבונדן מיט קאַרין אויפֿן טעלעפֿאָן — צום ערשטן מאָל נאָך אַ 70־יאָריקן איבעררײַס. די געוועזענע פֿאַרליבטע, ביידע שוין פֿאַראַלמנטע, האָבן אָנגעהויבן כּסדר שמועסן. נאָך צוויי יאָר פֿון אַזעלכע טעלעפֿאָן־געשפּרעכן, איז קאַפּלאַן פּלוצעם געשטאָרבן פֿון אַ מוח־שלאָג. קאַרין האָט דערציילט, אַז יעדעס מאָל, ווען זי לייענט איבער די רירעוודיקע בריוו, דערמאָנט זי זיך אין די אַלטע גוטע ליבע־צײַטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.