שיכּורער „לימוד” אין אָדעס

Partying at Limmud Odessa

אַ הבֿדלה בײַ דער אָדעסער „לימוד‟־קאָנפֿערענץ
אַ הבֿדלה בײַ דער אָדעסער „לימוד‟־קאָנפֿערענץ

פֿון כּנען ליפֿשיץ (ייִט״אַ)

Published October 16, 2013, issue of November 08, 2013.

אָנגעלענט אויף דער טיר פֿון אַ צימער אין אַ ביליקן אָדעסער האָטעל, פּרוּווט אַ שיכּורער יונגערמאַן אויפֿצוּוועקן זײַן אָנגעשלאָפֿענעם חבֿר. די מעשׂה קומט פֿאָר 4:30 אַזייגער אין דער פֿרי, בעת דער „לימוד‟־קאָנפֿערענץ אין אָדעס, אַ ייִדישע בילדונג־אונטערנעמונג. „לימוד‟ איז באַקאַנט מיט פֿאַרשיידענאַרטיקע פּראָגראַמען. למשל, אַ טייל באַטייליקטע אַנאַליזירן שלום־עליכמס ווערק און די אַנדערע באַטראַכטן, ווי אַזוי צו פֿאַרברייטערן די ראָלע פֿון פֿרויען אין די ייִדישע אַנשטאַלטן. ווייניק מענטשן וואָלטן אָבער, מסתּמא, אַסאָציִיִרט אַזאַ אונטערנעמונג מיט שיכּורע נאַכט־סצענעס.

אין וואַרוויק, ענגלאַנד, וווּ מע האָט אָנגעהויבן די „לימוד‟־קאָנפֿערענצן מיט 30 יאָר צוריק, קומען הונדערטער משפּחות. ווען די עלטערן שמועסן אין דער קאַפֿעטעריע, שפּילן זייערע קינדער אין די אַעראָביק־קלאַסן. די ענגלישע שטאָט בלײַבט נאָך אַלץ דער צענטער פֿון דער דאָזיקער בילדונג־באַוועגונג. אין אַנדערע אייראָפּעיִשע שטעט, להיפּוך, ציט „לימוד‟ צו, דער עיקר, עלטערע מענטשן פֿון איבער 60 יאָר. אַזוי איז דער מצבֿ, צום בײַשפּיל, אין אַמסטערדאַם, ווי די קאָנפֿערענץ דויערט בלויז איין טאָג.

אָדעס איז אַן אוקראַיִנישער ים־קוראָרט, באַקאַנט מיטן אַקטיוון נאַכט־לעבן. ס׳רובֿ פֿון 500 אָנטיילענעמער אינעם דאָרטיקן צווײַג פֿון „לימוד‟ זענען יונגע ייִדן, וואָס קומען אַהין צו פֿאַרווײַלן. אינעם האָטעל, וווּ די קאָנפֿערענץ איז פֿאָרגעקומען פֿונעם 5טן ביזן 8טן אָקטאָבער, איז פֿאַראַן אַ באַר; די משקה איז אָבער דאָרטן טײַער, דערפֿאַר ברענגט מען בראָנפֿן פֿון דער היים.

די זעלבע יונגע־לײַט, וואָס האָבן געטרונקען און געשפּילט מוזיק די גאַנצע נאַכט, באַטייליקן זיך, ווי געהעריק, אויף דער קאָנפֿערענץ. אַ טייל פֿון טרעט אויף מיט אייגענע לעקציעס אין דער פֿרי, גלײַך נאָך די פֿריילעכע נעכט. אין אַ ראַיאָן, וווּ שיכּרות איז ברייט פֿאַרשפּרייט, איז עס קיין חידוש נישט, הגם ס׳רובֿ שלאָפֿט בערך ביז 10 אַזייגער.

הײַיאָר, איז די „לימוד‟־קאָנפֿערענץ פֿאָרגעקומען אין אוקראַיִנע צום זיבעטן מאָל און צום דריטן מאָל אין אָדעס. די הויפּט־טעמע פֿון דער אונטערנעמונג איז געווען די היסטאָרישע פֿאַרבינדונג צווישן אָדעס און תּל־אָבֿיבֿ. דער אַמעריקאַנער „דזשוינט‟ איז געווען איינער פֿון די הויפּט־שטיצער. די אָרגאַניזאַטאָרן האַלטן, אַז כּדי צונויפֿצוברענגען מער יונגע־לײַט, מוז די קאָנפֿערענץ האָבן אַ בפֿירוש אומפֿאָרמעלן פֿרײַען כאַראַקטער.