עס זײַנען דאָ בלויז עטלעכע סיבות, פֿאַר וואָס אַ מענטש זאָגט זיך אָפּ צו טרינקען משקה; און מע קאָן געפֿינען אָן אַ שיעור סיבות, פֿאַר וואָס זאָל מען טאַקע יאָ נישט איבערקערן אַ גלעזל, צוויי! צום בײַשפּיל, אַ פֿרומער מענטש האָט דאָך פֿון „מודה־אַני‟ אין דער פֿרי, און ביז „שמע‟ אין שפּעטן אָוונט הונדערטער סיבות צו מאַכן אַ לחיים. דהײַנו: „אַ דאַנק דיר גאָט, וואָס דו האָסט מיר צוריקגעקערט די נשמה…‟ — איז עס דען ניט קיין סיבה פֿאַר אַ „לחיים‟? צי די ברכות צום אייבערשטן הלמאַי ער האָט „אונדזער קערפּער באַשאַפֿן מיט עפֿענונגען און לעכער‟, „אונדז געגעבן זײַן תּורה‟; פֿאַר דעם וואָס מיר זײַנען „באַשאַפֿן ווי ייִדן‟; „ניט באַשאַפֿן ווי קנעכט‟; „ניט באַשאַפֿן ווי פֿרויען‟… און פֿאַרן לייגן זיך שלאָפֿן: פֿאַר דעם, וואָס ער „פֿאַרמאַכט אונדז די אויגן‟… וועגן סיבות פֿאַר וועלטלעכע מענטשן, רעד איך שוין ניט. ווי עס זאָגט אַ ייִדיש ווערטל: „אויף צו מאַכן אַ כּוסע איז אַ מזל־טובֿ אויך גענוג‟. צי נאָך שפּריכווערטער: „רבונו־של־עולם, גיב מיר נאָר דאָס שטיקל ברויט, אַ טרונק בראָנפֿן וועל איך זיך שוין יאַקאָס אַליין געפֿינען‟…
אין די פֿאָלקלאָר־עקספּעדיציעס, וווּ כ‘האָב זיך עטלעכע מאָל באַטייליקט, שטעלן מיר אויך אַזאַ פֿראַגע: „צי זײַנען געווען בײַ אײַך אין שטעטל ייִדן־שיכּורים?‟ אייניקע „ראָמאַנטיקער‟ ענטפֿערן מיט אַ פֿראַגע, ווי דער ייִדישער שטייגער איז: „ווי האָט איר געזען אַ ייִד אַ שיכּור?‟ אַנדערע זאָגן, אַז יאָ, שיכּורים זײַנען, אַוודאי, געווען, מיר זענען דאָך ווי אַלע מענטשן!‟
אין די זאַמלונגען פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר קאָנען מיר געפֿינען אַ גאַנצן אָפּטייל אונטערן טיטל: „שיכּור־לידער‟. אַ שיכּור קוקט אויך אַרויס אויף גאָטס ברייטהאַרציקייט:
דו, גאָטעניו, דו טײַערער, דו זיסער,
דו ביסט דאָך אַ וווילער און אַ גוטער,
שיק מיר צו אַ רעגנדל פֿון בראָנפֿן,
איך זאָל זײַן כּסדר שיכּור.
מײַן קבֿר זאָל זײַן מיט ספּירט באַגאָסן,
דאָס איז בײַ מיר דער עיקר,
און אויפֿן קבֿר זאָל זײַן אָנגעשריבן,
אָ־דאָ ליגט יאַשקעלע דער שיכּור.
פֿאַר וואָס זשע זאָל אַ ייִד ניט ליב האָבן משקה, אַז די אָבֿות־אַבֿותינו פֿלעגן זיך גוט צולייגן צום פֿלעשל, ווי למשל, דער אַלטער תּרח, אָדער קורח, לוט, יוסף הצדיקס ברידער, יעקבֿ אָבֿינו אאַז״וו.
די באַציִונג צו ווײַן אין תּנך ווערט אויסגעדריקט אין תּהילים: „ווײַן דערפֿרייט דאָס האַרץ פֿון מענטש‟. אין אַלגעמיין איז דער תּנך ניט קעגן מע זאָל טרינקען ווײַן!
ניט ווייניק אַגדות וועגן ליבהאָבער פֿון ווײַן, וועגן שיכּורים, געפֿינען מיר אין דער גמרא: רב חנא, למשל, האָט געלערנט: „…דער וואָס זופּט אויס דעם כּוס מיט איין מאָל איז אַ זויפֿער, מיט צוויי מאָל זופּן איז ער אַ לײַטישער מענטש, מיט דרײַ זופּן, איז ער אַ גרויסהאַלטער‟. און ווײַטער: „ר’ ישמעאל איז איין מאָל געקומען צו ר’ שמעון… האָט ער אים מכבד געווען מיט אַ כּוס ווײַן. האָט ר’ ישמעאל דעם ווײַן אויסגעזופּט אויף איין מאָל. האָט אים ר’ שמעון געפֿרעגט: ׳דענקט ניט דער האַר, אַז דער וואָס טרינקט אויס זײַן כּוס מיט איין מאָל איז אַ זויפֿער?׳ האָט ר’ ישמעאל געענטפֿערט: ׳דאָס איז ניט געמיינט דײַן כּוס, וועלכער איז אַזאַ קליינטשיקער און ניט דײַן ווײַן וואָס איז אַזוי זיס, און ניט מײַן בויך וואָס איז אַזוי גרויס׳‟.
אויף וועמען זשע קאָן מען זאָגן, אַז ער איז אַ שיכּור, פֿרעגן מיר אין אונדזערע עקספּעדיציעס בײַ די ייִדן? ענטפֿערן זיי: „די וואָס וואַלגערן זיך אין די גאַסן‟, „די וואָס שלאָגן זייערע ווײַבער‟, „די וואָס פֿאַרקויפֿן זאַכן פֿון שטוב…‟ — און גלײַך געפֿינען זיך בײַשפּילן פֿון פֿאָלקסלידער: „תּלית און תּפֿילין האָב איך פֿאַרקויפֿט,//אַרײַן אין שענק און געכאַפּט אַ טרונק‟; אָדער „איך וועל מײַן ווײַבעלע שלאָגן//מיטן טאָג באַגלײַך‟…
אין די מדרשים: „אַ מאָל איז געווען איינער אַ שיכּור וואָס פֿלעגט פֿאַרקויפֿן זאַכן פֿון זײַן הויז און פֿאַרטרינקען דאָס געלט. האָבן זײַנע זין דעם פֿאָטער אָנגעשיכּורט, אים אַוועקגעלייגט אויף אַ וואָגן און אַוועקגעפֿירט אויפֿן בית־עולם. דאָרט האָבן זיי אים איבערגעלאָזט אין אַ ליידיקן קבֿר. אַ צײַט שפּעטער זײַנען פֿאַרבײַ דעם בית־עולם דורכגעפֿאָרן ווײַנהענדלער. פּלוצעם האָבן זיי דערהערט אַ ליאַרעם און זיך דערשראָקן. האָבן זיי אַראָפּגענומען פֿון זייערע אייזלעך די פֿעסלעך און לאָגלען ווײַן און דאָס אַלץ איבערגעלאָזט אויפֿן בית־עולם… דער אַלטער שיכּור האָט זיך דערווײַל אויפֿגעכאַפּט פֿון שלאָף און דערזען אַ לאָגל הענגען בײַ אים צוקאָפּנס… אין דרײַ טעג אַרום זײַנען זײַנע זין אַוועק צום בית־עולם, און אַז זיי האָבן געפֿונען זייער פֿאָטער האַלטנדיק אַ לאָגל ווײַן בײַם מויל און זופּן, האָבן זיי געזאָגט: ׳אויך דאָ פֿאַרלאָזט דיך ניט דײַן באַשעפֿער! און אַזוי ווי ער אַליין שיקט דיר צו דײַן טרונק פֿון הימל, ווייסן מיר שוין ניט וואָס צו טאָן מיט דיר׳. האָבן זיי באַשטימט, אַז יעדער איינער זאָל דעם פֿאָטער אויסהאַלטן מיט משקה — דער אַ טאָג, יענער אַ טאָג‟.
זעט איר דאָך חשובֿע לייענער, אַז גאָט האָט ליב דעם שיכּור! איך מיין, אַז פֿאַרן באַשאַפֿן די וועלט האָט דער אייבערשטער אויסגעטרונקען אַ כּוס ספּעציעלן הימל־בראָנפֿן, און ערשט דערנאָך געזאָגט: „יהי אור!‟ — ליכט זאָל זײַן! — וואָס האָט געקלונגען ווי „לחיים‟!
אין דער ייִדישער ליטעראַטור — אין פּראָזע, פּאָעזיע, דראַמאַטורגיע געפֿינט מען אַ סך העלדן, וואָס האָבן ליב געהאַט אַ כּוסע. דאָך, ניט נאָר ליטעראַרישע העלדן, נאָר אויך די שרײַבער, די פּאָעטן גופֿא, זענען ניט געווען קעגן אַ גוטן טרונק משקה, און אויך די הײַנטיקע ליטעראַטן ציִען זיך צום פֿלעשל מיט ווײַן (בראָנפֿן, וויסקי)… ווײַזט אויס, אַז די רעדעלעך פֿונעם „מעכאַניזם‟, וואָס הייסט, טאַלאַנט, דאַרף מען פֿון צײַט צו צײַט „אונטערשמירן‟. און דאָס בעסטע שמירעכץ פֿאַר דעם זעלטענעם „מעכאַניזם‟ זײַנען פֿאַרשיידענע משקאָות.
דער ייִדישער פּאָעט מיכל גאָרדאָן האָט נאָך אין 19טן יאָרהונדערט אָנגעשריבן אַ ליד פֿון 108 שורות, „די משקה‟.
מײַן ביסעלע יאָרן ווען איך וועל אויסלעבן,
וויל איך, מע זאָל מיר אין קבֿר מיטגעבן
אַ פֿעסעלע משקה נאָענט בײַ דער וואַנט,
אַ גרויסע גלאָז אין דער רעכטער האַנט;
צו תּחית־המתים בין איך ווידער דאָ
און טרינק באַלד משקה אין דער ערשטער שעה…
איז לאָמיר, רבותי, דערפֿרייען אונדזערע הערצער! כ’האָב פֿאַרענדיקט דעם דאָזיקן אַרטיקל, איר האָט אים איבערגעלייענט, איז דאָס דען ניט אַ סיבה צו מאַכן אַ לחיים?! איך הייב אויף אַ כּוס מיט בראָנפֿן. די קרישטאָלענע ווענטלעך פֿונעם כּוס זענען פֿאַרראָסעט. אויף אַ טעלערל ליגט צוגעגרייט אַ שטיקל ברויט מיט פּוטער מיט רויטער רויג פֿון אויבן. מיט קליינע שלונגען, ניט אײַליק, טרינק איך אויס דעם ביטער־זיסן בראָנפֿן…
יהי אור, רבותי! ליכט זאָל זײַן!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.