אַ קליין קינד אין ישׂראל פֿון דרײַ יאָר, פֿון אַן עטיאָפּישן אָפּשטאַם, געפֿינט זיך אין די לעצטע פּאָר יאָר אין צענטער פֿון אַן אָנגעווייטיקטן אַדאָפּטיר-פּראָצעס. ווי עס טרעפֿט זיך נישט זעלטן ווען די מלוכישע אינסטאַנצן קומען אין קאָנטאַקט מיט די אָפּגעשוואַכטע שיכטן פֿון דער געזעלשאַפֿט, איז אויך דאָס מאָל, אָפּגענומען געוואָרן אין אײַלעניש דאָס קינד פֿון זײַן ביאָלאָגישער משפּחה, לטובֿת די אַדאָפּטירער — אַ ווײַסער משפּחה. דאָס קינד, וואָס אין ישׂראל האָט געקראָגן דעם צונאָמען „הנסיך הקטן‟ (דער קליינער פּרינץ), ווערט איצטער געריסן צווישן דער ביאָלאָגישער און זײַן אַדאָפּטירטער משפּחה. אַזעלכע טריט ברענגען אויף אַ סך מענטשן אין ישׂראל, בפֿרט אין דער עטיאָפּישער קהילה, וואָס באַקלאָגט זיך שוין לאַנגע יאָרן אויף אַ סיסטימאַטישער דיסקרימינאַציע מצד דער מדינה.
שוש פּ. ק. (זי וויל נישט אַנטפּלעקן איר פֿולן נאָמען), אַ באַקאַנטע אַקטיוויסטקע אין דער היגער ניו-יאָרקער קהילה פֿון די עטיאָפּישע ייִדן, דערציילט מיר די גאַנצע שאָקירנדיקע מעשׂה. שוש אַליין האָט זיך דערוווּסט וועגן דעם פֿון דער סאָציאַלער מעדיאַ, אַזעלכע „אָנלײַן‟ שמועס-גרופּעס פֿון עטיאָפּישע ייִדן (איינער, למשל, מיטן נאָמען „מועדון דיבייט — יוצאי אתּיופּיה‟). איצט שטייט שוש שוין אײַן אין פֿאַרבינדונג מיט דער ישׂראלדיקער משפּחה, און זי האָט בדעה צו אָרגאַניזירן אַ קאַמפּאַניע צווישן די אַמעריקאַנער ייִדן לטובֿת דער משפּחה. אָט זענען אירע ווערטער:
„דאָס קינד איז געבוירן געוואָרן מיט דרײַ יאָר צוריק. די מאַמע פֿלעגט לײַדן פֿון מרה-שחורה, און די סאָציאַלע אינסטאַנצן אין ישׂראל האָבן באַשלאָסן צוצונעמען בײַ איר דאָס קינד, אָן דער הסכּמה פֿון דער משפּחה, און אָן צו עקזאַמינירן די עלטערן ווי עס דאַרף צו זײַן. דאָס קינד האָט געלעבט אַ גאַנץ יאָר אין אַ קינדער-היים, און שפּעטער איז עס איבערגעגעבן געוואָרן צו די קעסט-עלטערן. די מומע האָט באַשלאָסן צו קעמפֿן קעגן דער מדינה און קעגן די קעסט-עלטערן, און צו זײַן דער אַפּוטרופּוס איבערן פּלימעניק. זי איז דעמאָלט געווען גאָר יונג און האָט געדאַרפֿט זיך צואײַלן מיטן חתונה האָבן, כּדי צו זײַן ראָוי צו האָדעווען דאָס קינד, לויט די געזעצן פֿון דער מדינה. דערווײַל לעבט דאָס קינד בײַ די קעסט-עלטערן וואָס ווילן אים אַדאָפּטירן.‟
דעם פּראָצעס אַליין רופֿט מען אין ישׂראל „מישפּט שלמה‟, צוליב פֿאַרשטענדלעכע סיבות. דאָך, איז נישט לײַכט צו באַשטימען, ווער איז דאָ טאַקע ראָוי, אינעם הײַנטיקן ישׂראל, אָנגערופֿן צו ווערן דער „קלוגער שופֿט שלמה המלך‟. שוש דערווײַל דערציילט מיר ווײַטער וועגן די לײד פֿונעם קינדס עטיאָפּישע קרובֿים:
„די מלוכישע סאָציאַלע אינסטאַנצן, אין איינעם מיטן קינדס נײַער משפּחה, האָבן באַשלאָסן זיך נישט אונטערצוגעבן און צו גיין ביזן העכסטן געריכט. פֿון דער אַנדערער זײַט, איז נישטאָ קיין סיבות אָפּצוזאָגן דער ביאָלאָגישער מומע, וואָס איז הײַנט אַן אָפֿיצירין אין דער ישׂראל־אַרמיי, צו אַדאָפּטירן דאָס קינד. פֿון דער אַנדערער זײַט, איז זי ווײַט נישט קיין רײַכע, און האָט געדאַרפֿט באָרגן אַ סך געלט צו באַצאָלן די אַדוואָקאַטן. איצט איז געקומען די צײַט די דאָזיקע הלוואָות אויסצוצאָלן‟.
שוש זאָגט מיר מיט פֿאַרדראָס, אַז די ייִדישע מדינה טוט עס נישט זעלטן מיט אירע בירגער; אויך אין איר משפּחה (צוליב דעם ווײַזט זי מיר נישט אָן איר פֿולן נאָמען) איז געשען אַזאַ זאַך מיט 25 יאָר צוריק, מיט אַ צענערלינג, נישט מיט אַן עופֿעלע. דאָס האָט צעשטערט דאָס לעבן פֿון איר משפּחה-מיטגליד, וואָס וווינט נאָך הײַנט אין ישׂראל. זי רופֿט עס קלאָר און פּשוט — „דאָס אַוועקכאַפּן קינדער אין נאָמען פֿונעם געזעץ‟. בשעתּו איז אין דעם געביט געווען טעטיק די כּנסת-דעפּוטאַטין מאַרינאַ סאָלאָדקין ז”ל, וואָס האָט באַקעמפֿט דעם דאָזיקן פֿענאָמען פֿון אַוועקכאַפּן קינדער, כּדי צו האַנדלען מיט זיי. סאָלאָדקין האָט געוווּסט, אַז מע טוט עס אויך מיט רוסישע משפּחות.
אין מײַן טעלעפֿאָן-שמועס מיט דער מומע אין ישׂראל, הער איך די זעלבע טרויעריקע געשיכטע, אָבער דאָס מאָל פֿון דער ערשטער האַנט. איר נאָמען טאָר מען בכלל נישט דערמאָנען, צוליב דעם אָנגייענדיקן פּראָצעס. זי דערציילט מיר, אַז דאָס העכסטע געריכט האָט שוין געפּסקנט איבערצוגעבן דאָס קינד אונטער איר אויפֿזיכט; פֿון דעסטוועגן, וועט דער ענין נאָך אַרומגערעדט ווערן אויף אַ ספּעציעלער זיצונג, וואָס די דאַטע וועט מען אָט-אָ באַשטימען, וווּ ס‘וועט שוין באַשלאָסן ווערן — איין מאָל פֿאַר אַלע מאָל — ווער וועט באַקומען דאָס אַפּוטרופּסות. איך האָב זיך אויך דערוווּסט, אַז דאָס קינד האָט מען צוגענומען גלײַך פֿון שפּיטאָל, אָן צו פֿרעגן בײַ דער משפּחה. די צײַטווײַליקע קעסט-עלטערן (זיי מעגן זיך אָנערקענען ווי די אַפּוטרופּסים בלויז נאָך אַ באַשטימטער צײַט), זאָגן דער משפּחה, אַז אויב זיי האָבן ליב דאָס קינד, מוזן זיי עס אָפּגעבן.
„דאָס פֿאַרדריסט און באַליידיקט מיך זייער‟ — האָט געזאָגט די מומע פֿון ישׂראל, — „איך האָב מורא, אַז דאָס קינד וועט אין דער צוקונפֿט גיין אויף דער גאַס און מיך נישט דערקענען בכלל. עס וועט זיכער אויפֿוואַקסן מיטן געפֿיל, אַז מע האָט עס געלאָזט אויף הפֿקר. זײַן מאַמע, וואָס איז שוין לגמרי אַ געזונטע, מעג זיך טרעפֿן מיטן קינד נאָר צוויי שעה אַ וואָך אין אַ פֿאַרמאַכטן צימער און אונטער צוואַנציק אויגן. די אַנדערע משפּחה-מיטגלידער טאָרן אַפֿילו דאָס אויך נישט טאָן. קיינער טראַכט נישט בעצם וועגן דעם, אַז לײַדן דערפֿון לײַדט קודם־כּל דאָס קינד. די אינסטאַנצן האָבן אָבער לכתּחילה נישט דערוואַרט, אַז מיר וועלן נישט אָפּלאָזן דעם ענין, ווי אַ סך אַנדערע אָרעמע משפּחות, וואָס געפֿינען זיך אין אַזאַ מצבֿ, טוען עס בלית-ברירה.
„די ריכטערין האָט זיך נישט געשעמט צו זאָגן אין גאַנג פֿונעם פּראָצעס, אַז זי אַליין וואָלט ווויל אויפֿגעוואַקסן בײַ אַזעלכע קעסט-עלטערן. פֿאַר אַ סך עטיאָפּער קלינגען אַזעלכע ווערטער ווי ‘אַבי דאָס קינד זאָל נישט וואַקסן אין אַן עטיאָפּישער משפּחה’.‟ — האָט פֿאַרענדיקט דעם געשפּרעך די ישׂראל־מומע.
וואָס ווילן די געליטענע בײַם ברייטערן עולם, — פֿרעג איך בײַ איר צום סוף, און נאָכן איבערחזרן זייערע טענות, גיט זי צו, אַז די גאַנצע משפּחה האַלט עס ווי „אַ זילזול פֿאַר זייער משפּחה, אַ זילזול פֿאַר זייער קהילה, און אַ זילזול כּנגד דער סאָציאַל־אָפּגעשוואַכטער באַפֿעלקערונג.‟ משפּחה-פֿרײַנד האָבן אויך אונטערגענומען אַ קאַמפּאַניע פֿון זאַמלען געלט אַרויסצוהעלפֿן דער משפּחה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.