די טערקישע רעגירונג, בראָש מיטן פּרעמיער־מיניסטער רעסעפּ ראַיִפּ ערדאָגאַן האָט איבערגעגעבן די איראַנער אָפֿיציעלע אינסטאַנצן די נעמען פֿון עטלעכע — ביז 10 — איראַנער, וועלכע האָבן געפֿירט שפּיאָנאַזש לטובֿת ישׂראל. די צײַטונג „וואַשינגטאָן פּאָסט‟ האָט דאָנערשטיק, דעם 17טן אָקטאָבער, איבערגעגעבן, אַז די שפּיאָנען האָבן זיך געטראָפֿן מיט די אַגענטן פֿון „מוסד‟ אין טערקײַ. דער זשורנאַליסט דייוויד איגנאַטיוס האָט אַנטדעקט דעם אינצידענט, וועלכער איז געשען אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר, אָבער געבליבן ביז הײַנט אומבאַקאַנט.
לויט דעם צײַטונג־באַריכט, האָבן די אינפֿאָרמירטע קוואַלן באַטאָנט, אַז מיטן איבערגעבן די אינפֿאָרמאַציע וועגן די שפּיאָנען, האָט די טערקישע רעגירונג בכּיוון געוואָלט געבן ישׂראל אַ „פּאַטש‟. דער אינצידענט קאָן אויך זײַן די סיבה, פֿאַרוואָס דער ישׂראלדיקער פּרעמיער, בנימין נתניהו, האָט אַזוי שאַרף אָפּגעוואָרפֿן די פֿאָדערונג פֿון דער טערקישער רעגירונג, אַז ישׂראל זאָל בעטן מחילה פֿאַרן אַטאַקירן די שיף „מאַווי מאַרמאַראַ‟, וואָס האָט געפּרוּווט דורכברעכן די ישׂראלדיקע בלאָקאַדע פֿון עזה. אין מאַרץ, האָט נתניהו גערעדט מיט ערדאָגאַן אויפֿן טעלעפֿאָן און האָט זיך יאָ אַנטשולדיקט פֿאַרן אַטאַק.
איגנאַטיוס זאָגט, אַז די אַמעריקאַנער רעגירונג האָט נישט פּראָטעסטירט קעגן דעם אינצידענט, און ווײַטער געאַרבעט לטובֿת צו פֿאַרבעסערן די טערקיש־אַמעריקאַנער באַציִונגען. ישׂראל האָט מיטגעאַרבעט מיט טערקײַ אין די אויסשפּיר־ענינים מער ווי 50 יאָר. די ישׂראלדיקע רעגירונג פֿאַרלאָזט זיך אָבער נישט אויף דעם שעף פֿון די טערקישע אויסשפּיר־אינסטאַנצן, כאַקאַן פֿידאַן, צוליב זײַנע פֿאַרבינדונגען מיט איראַן, הגם אַפֿילו אַמעריקע קאָאָפּערירט מיט פֿידאַנען אין געוויסע סענסיטיווע פֿאַלן, לויט דעם אַרטיקל אין „וואַשינגטאָן פּאָסט‟.
נישט לאַנג צוריק, האָט די צײַטונג „וואָל סטריט דזשאָרנאַל‟ געשריבן, אַז פֿידאַן האָט אויך איבערגעגעבן דער איראַנישער רעגירונג אַ וויכטיקע אינפֿאָרמאַציע, געזאַמלט דורך די אַמעריקאַנער און ישׂראלדיקער אויסשפּיר־אַגענטן.
לויט איגנאַטיוס, ווייסן נישט די אַמעריקאַנער אינסטאַנצן, פֿאַרוואָס די טערקישע רעגירונג האָט פּלוצעם אויסגעזאָגט די נעמען פֿון די שפּיאָנען. עס קאָן זײַן, אַז ס׳איז געווען אַ נקמה־אַקט פֿאַרן אַטאַקירן די עזה־פֿלאָטיליע, אָדער סתּם אַ סימן פֿון קאַליע־געוואָרענע באַציִונגען צווישן ישׂראל און טערקײַ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.