פֿון פּשוטע פֿרויען צו נאַצי־מערדער

Ordinary Women Who Committed Nazi Atrocities


פֿון לאָראַ מאָסער (Forward)

Published October 18, 2013, issue of November 08, 2013.

אינעם נײַעם בוך, Hitler‘s Furies: German Women in the Nazi Killing Fields, שרײַבט די אַמעריקאַנער היסטאָריקערין, ד״ר ווענדי לאָוער, וועגן די אַדמיניסטראַטיווע ביוראָען, ווילע־באַלקאָנען און שפּיטאָל־קאָרידאָרן פֿונעם „רײַך‟ — די טאָג־טעגלעכע ערטער, וווּ פּשוטע דײַטשן פֿון אַ גאַנץ יאָר האָבן געלעבט אַ נאָרמאַל לעבן, און גלײַכצײַטיק — פּלאַנירט דעם גענאָציד פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.

לאָוער, אַ פּראָפֿעסאָרין אין „קלערמאָנט מאַק‘קענאַ קאָלעדזש‟ און אַ קאָנסולטאַנטין בײַם אַמעריקאַנער חורבן־מוזיי אין וואַשינגטאָן, האָט אָנגעהויבן קלערן וועגן דער פֿראַגע מיט 20 יאָר צוריק, בעתן פֿאָרשן די נאַציסטישע אַקציעס אין אוקראַיִנע און אַנדערע מיזרח־אייראָפּעיִשע לענדער, וואָס די נאַציס האָבן פֿאַרכאַפּט.

שטודירנדיק די דאָקומענטן פֿון די אָרטיקע מאַסן־שחיטות, האָט לאָוער געפֿונען אַ סך פּאַפּירן וועגן יונגע פֿרויען, וואָס זענען געווען אַ טייל פֿונעם דײַטשן מיליטער. האָט זי אָנגעהויבן פֿאָרשן די ייִשובֿים, וואָס זענען אויסגעוואַקסן דורך היטלערס און הימלערס פּלאַן צו גרינדן אַן אוטאָפּיע דורך אויסהרגענען די נישט־דײַטשן — אַ פּלאַן, וואָס האָט אויך אַרײַנגענומען פֿרויען. די היסטאָריקער האָבן שוין פֿון פֿריִער דאָקומענטירט יענע פֿרויען, וועלכע האָבן געאַרבעט ווי וועכטער אין קאָנצענטראַציע־לאַגערן ווי ראַווענסברוק און בירקענאָו, אָבער לאָוער האָט אויך געוואָלט אויסגעפֿונען וועגן דער ראָלע פֿון פֿרויען „מחוץ די לאַגערן‟.

„ס׳איז געווען קלאָר, אַז די קאַטעגאָריע דײַטשע פֿרויען איז באַשטאַנען פֿון קראַנקן־שוועסטער, לערערינס, סעקרעטאַרינס, וווילפֿאָרזאָרג־אַרבעטער, ווי אויך די ווײַבער פֿון נאַצי־באַאַמטע,‟ האָט זי געזאָגט.

וואָס מער זי האָט געפֿאָרשט, אַלץ מער שאָקירנדיקע אינפֿאָרמאַציע האָט זי אַנטדעקט. „לייענענדיק די גבֿית־עדות וועגן איין סעקרעטאַרין, בין איך געבליבן געפּלעפֿט, זעענדיק ווי קאַלטבלוטיק זי האָט דערציילט וועגן איר אַרבעט אין ביוראָ, נעמענדיק אין באַטראַכט, אַז איר באַלעבאָס האָט אומגעבראַכט 11,000 ייִדן.‟

טאַקע דאָס איז דער פֿאָדעם וואָס סילעט דורך דאָס גאַנצע בוך. אין פֿאַרגלײַך מיט דער פֿאַרשפּרייטער מיינונג, אַז די דײַטשע פֿרויען זענען געווען פּאַסיוו און אומשולדיק, טענהט לאָוער פֿאַרקערט: „זיי זענען געווען גלײַכע שותּפֿים אין היטלערס פּלאַן.‟ לאָוער שאַצט, אַז בערך 500,000 דײַטשע פֿרויען זענען געווען קאָלאַבאָראַטאָרן אינעם חורבן.

אינעם בוך דערציילט לאָוער די געשיכטע פֿון 13 פֿון די פֿרויען. „מײַן ציל איז צו ווײַזן, ווי אַזוי געוויינטלעכע פֿרויען זענען אַרײַנגעצויגן געוואָרן אין דער באַוועגונג; ווי אַזוי די איבערלעבונג האָט זיי איבערגעמאַכט, און וואָס איז געוואָרן פֿון זיי נאָך דער מלחמה,‟ האָט לאָוער דערקלערט.

דאָס אויספֿאָרשן זייערע ביאָגראַפֿיעס איז אָבער געווען זייער שווער. צוליב דעם וואָס כּמעט קיינער פֿון זיי איז פֿאָרמעל נישט באַשולדיקט געוואָרן אין קיין פֿאַרברעכן, האָבן ס׳רובֿ פֿון זיי נאָך דער מלחמה זיך פּשוט אומגעקערט צום געוויינטלעכן לעבן. צווישן די אַרכיוון אינעם „שמעון וויזנטאַל־צענטער‟ געפֿינען זיך אַ צאָל גבֿית־עדות פֿון דער שארית־הפּליטה, וואָס באַשרײַבן די אַכזריותדיקע אַקציעס פֿון נאַצי־פֿרויען, אָבער וויזנטאַל האָט זיי נישט געקענט געפֿינען, ווײַל נאָך דער מלחמה האָבן זיי חתונה געהאַט און געביטן זייערע נעמען.

די פֿרויען וואָס לאָוער האָט יאָ דערגייכט, האָבן אָפֿט מאָל נישט געוואָלט רעדן , אָדער איר אָנגעשריבן פֿײַנטלעכע בריוו.

אַ סך פֿון לאָוערס סוביעקטן זענען געווען פֿונעם „פֿאַרלוירענעם דור‟ דײַטשע פֿרויען, וועלכע זענען דערצויגן געוואָרן גלײַך נאָך דער ביטערער מפּלה פֿון דײַטשלאַנד אין דער ערשטער וועלט־מלחמה. לאָוער שרײַבט, אַז אַ טייל פֿון זיי זענען געווען אַמביציעזע מיידלעך, וועלכע האָבן געהאָפֿט צו אַנטלויפֿן פֿון זייער אָרעמען הינטערגרונט, און האָבן געזען אַ פֿרישע געלעגנהייט אין נאַציזם.

אַלע דרײַצן פֿרויען האָבן געטראָגן דאָס אַחריות פֿאַר נאַצי־אַכזריותן — צי בײַם „אײַנשלעפֿערן‟ די מענטשן, וואָס זיי האָבן באַשטימט פֿאַר גײַסטיש אָדער פֿיזיש „נישט ראוי‟, צי בײַם באַשליסן, זיצנדיק אין ביוראָ, וועלכע ייִדן זאָלן אין אַ געוויסן טאָג דערהרגעט ווערן. אַ טייל האָבן מיט די אייגענע הענט דערמאָרדעט ייִדן — נישט ווײַל מע האָט זיי געהייסן, נאָר ווײַל זיי האָבן עס געוואָלט טאָן.

Hitler‘s Furies, וואָס איז שוין נאָמינירט געוואָרן פֿאַר אַ National Book Award, באַשרײַבט געוויסע ברוטאַלע סצענעס, ווי, למשל, אַ פֿרוי וואָס האָט אַרויסגעכאַפּט אַ קליין קינד פֿון דער מאַמעס אָרעמס און געשמיסן זײַן קעפּל אין דער וואַנט — אָבער לאָוער האָפֿט, אַז די לייענער וועלן נישט בלויז געדענקען אַזוינע „סענסאַציאָנעלע‟ עפּיזאָדן.

„ביז איצט האָט מען אַנאַליזירט דעם דריטן רײַך ווי דער פּראָצעס פֿון בויען אַ מאָדערנע מלוכישע ביוראָקראַטיע — האָט לאָוער באַמערקט — אָבער וואָס ווייסן מיר וועגן דער קולטור, וואָס דאָס האָט געשאַפֿן? ווער זענען געווען די שטיצער פֿון דער סיסטעם? די פֿרויען און די ביוראָ־אָנגעשטעלטע זענען געווען וויכטיקע אָפּעראַטיוון דאָ. אײַכמאַן האָט נישט געאַרבעט איינער אַליין.‟