אין משך פֿון טױזנטער יאָרן האָט די אײביקע שטאָט ירושלים באַגײַסטערט דורות דיכטער און קינסטלער — ייִדן און אומות־העולם. צו דער דאָזיקער לאַנגער רשימה פֿון ביז גאָר פֿאַרשידענע קונסטװערק איז לעצטנס צוגעקומען אַלכּסנדר איליטשעװסקיס נײַ בוך „די שקיעה־שטאָט‟; די רײַזע־נאָטיצן פֿון זײַן באַזוכן ישׂראל. איליטשעװסקי פֿאַרמאָגט מסתּמא דעם סאַמע רײַכסטן װאָקאַבולאַר אין שפּראַך, אימאַזשן און מעטאַפֿאָרן אין דער מאָדערנער רוסישער ליטעראַטור. דערבײַ איז ער אױך אַ שאַרפֿזיניקער אָבסערװאַטאָר פֿון דער נאַטור, און פֿאַרשטײט זײער טיף אירע פֿיזישע יסודות.
צום ערשטן מאָל איז ער געקומען קײן ישׂראל אָנהײב 1990ער יאָרן װי אַ יונגער פֿיזיק־דאָקטאָראַנט אינעם װײַצמאַן־אינסטיטוט. איצט האָט ער װידער באַזוכט דאָס לאַנד, שוין װי אַן אָנערקענטער דיכטער און שרײַבער. זײַן רײַזע־בוך באַשטײט פֿון קורצע קאַפּיטלען, ניט מער װי אַ פּאָר זײַטן, װאָס זײַנען געבױט אױף אַ פּאָעטישן אופֿן אַרום עפּעס אַ פּרט אָדער אַן אײַנדרוק. אַלע מאָל כאַפּט זײַן שאַרף אױג אַרױס פֿון דער אַרומיקער װירקלעכקײט עפּעס אַזױנס, װאָס מיר, געװײנטלעכע מענטשן, באַמערקן עס ניט.
„ירושלימער גאַסן זײַנען צעלײגט װי אַ פֿאָכער מיט קרײַזבױגנס‟ — אין די דאָזיקע װערטער פֿילט מען איליטשעװסקיס מאַטעמאַטישן כּוח־הדמיון — „דאָס איז אַ זעלטענע און שײנע טאָפּאָלאָגיע: הײַנט קאָן מען אַרױסגײן אױף אַ קרײַזבױגן, אַריבער אױף אַ קאַנט און קומען צו דעם יפֿהער טױער; און מאָרגן קאָן מען גײן פּאַזע דעם אײגענעם קרײַזבױגן אין דער אַנדערער ריכטונג, אַרױס אױף אַן אַנדערן קאַנט, און קומען צו דודס טורעם‟. ירושלים איז פֿאַר איליטשעװסקין אַ מין ספֿערע: װוּ מען זאָל ניט גײן, קומט מען תּמיד צום צענטער, װאָס ליגט אין דער אַלטער שטאָט. דאָ באַװעגט מען זיך פֿון אױבן אַראָפּ. און אין דער סאַמע מיט פֿון דער דאָזיקער קאָמפּליצירטער מאַטעמאַטישער פֿיגור געפֿינט זיך דער בית־המקדש, ניט קײן מאַטעריעלער, נאָר דער גײַסטלעכער, װאָס בלײַבט עד־היום פֿאַרבאַהאַלטן אונטער די אַלטע חורבֿות.
איליטשעװסקי דער שרײַבער און דער דיכטער ציט זײַן ליטעראַרישן ייִחוס פֿון דער רוסישער ליטעראַרישער שיטה פֿון מעטאַ־רעאַליזם. אירע אָנהענגער גלייבן אין דער שעפֿערישער קראַפֿט פֿון מעטאַפֿאָרישן כּוח־הדמיון. צװישן איליטשעװסקיס אָבֿות־אָבֿותינו געפֿינט זיך אױך דער רוסישער דיכטער װעלימיר כלעבניקאָװ, דער מחבר פֿון פֿוטוריסטישע לידער און באַשאַפֿער פֿון נײַע װערטער, װאָס האָט זיך אַ נאָמען געגעבן „דער פֿאָרזיצער פֿונעם ערדקײַלעך‟. כלעבניקאָװ איז קײן מאָל ניט געװען אין ירושלים, אָבער דװקא דאָ, לױט איליטשעװסקי, געפֿינען זיך די װאָרצלען פֿון זײַן שאַפֿערישער פֿאַנטאַזיע.
ירושלים קומט אַרױס פֿון איליטשעװסקיס קורצע קאַפּיטלען װי אַ קאָמפּאַקטער מאָדעל פֿון דער גאַנצער װעלט, און דער תּנ״ך איז כּולל פֿאָרבילדער פֿאַר אַלע היסטאָרישע און מענטשלעכע דראַמעס און טראַגעדיעס. „דאָס לעבן שטײט דאָ אױפֿן ראַנד / פֿון מידבר־יהודה, / און דער יצר־הרע שטופּט עס / אַ שפּאַן צו טאָן דערין, צעגײען זיך / אינעם נאַכט־הימל‟ — שרײַבט איליטשעװסקי אין אײנעם פֿון די פּאָעטישע קאַפּיטלען.
װען עס קומט צו אַנדערע, מער מאָדערנע טײלן פֿון ישׂראל, װערט זײַן טאָן אַנדערש. אין חיפֿה באַזוכט איליטשעװסקי דעם בעהײַ־טעמפּל און באַװוּנדערט זײַן פּרעכטיקן גאָרטן. דאָרט ליגט באַגראָבן דער נבֿיא פֿון דער נײַער רעליגיע בעהײַ־אולאַ, װעלכער האָט באַגײַסטערט כלעבניקאָװן. אַזױ װי דער גרינדער פֿון דער בעהײַיִזם, האָט כלעבניקאָװ געחלומט װעגן פֿאַרװאַנדלען פּאָעזיע אינעם עכטן כּוח, װאָס זאָל גײַסטלעך באַנײַען די גאַנצע װעלט, אָבער ניט באַקומען גענוג איבערגעגעבענע אָנהענגער אין רוסלאַנד פֿאַר זײַן פּראָיעקט.
אײנע פֿון די סאַמע באַגײַסטערטע קאַפּיטלען אינעם בוך איז געװידמעט דעם ירושלימער זאָאָפּאַרק. איליטשעװסקי איז אַ גרױסער מבֿין אױף חיות און פֿײגל, אָבער אַפֿילו ער געפֿינט דאָ אַזעלכע מינים באַשעפֿענישן, װאָס ער האָט װעגן זײ קײן מאָל ניט געהערט, װי למשל, אַ מױז־הירש, „אַן אוראַלטער קרובֿ פֿון װאַלפֿישן, קעמלען און היפּאָפּאָטאַמען, מיטן געװיכט פֿון סך–הכּל דרײַ פֿונטן‟. און דאָ װידער דערמאָנט ער זיך אין תּנ״ך — דער ערשטער פֿאָרבילד פֿונעם זאָאָפּאַרק איז געװען נוחס תּבֿה, װאָס דינט װי אַ מקור פֿאַר מאָדערנע עקאָלאָגישע אידעען.
צום שלוס פֿירט איליטשעװסקי אונטער דעם סך־הכּל פֿון זײַן נסיעה קײן ישׂראל: „ירושלים איז ניט אַ קונסטװערק װי אַנדערע שטעט, נאָר אַ װערק פֿון האָפֿענונג, דער אױסקוק אױף גאולה און אײביקן לעבן. דאָס איז אַ פּקדון פֿון דער צוקונפֿט. דער מענטש פֿאַרלאָזט די װעלט, און ירושלים בלײַבט, װײַל עס פֿאַרבלײַבט די האָפֿענונג. ירושלים מאַכט די האָפֿענונג ממשותדיק, מאַכט זי גלײַך מיטן איצט.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.