אויף אַ בעלגישער ראַדיאָ־סטאַנציע האָט מען פֿאַרשפּרייט אַן אַנאָנס קעגן שחיטה, וווּ דאָס טראַדיציאָנעלע בהמות־שעכטן ווערט פֿאַרגליכן מיטן ייִדישן חורבן, ווי די אָרטיקע ייִדישע און מוסולמענישע אָרגאַניזאַציעס האָבן עס אָפּגעטײַטשט.
דער אַנאָנס קומט פֿון דער אָרגאַניזאַציע „Gaia‟, וואָס קעמפֿט פֿאַר די רעכט פֿון בעלי־חיים. מע האָט עס געשאַפֿן פֿאַר דעם נאַציאָנאַלן ראַדיאָ און צעשיקט דורך דער בליצפּאָסט צו 200 פּאָליטיקער. אינעם אַנאָנס, דערציילט אַ לעמעלע, וואָס מע פֿירט עס צו שעכטן, ווי אַכזריותדיק דאָס איז. די בהמה זאָגט: „מיר זענען געשלאָפֿן, ווען זיי זענען געקומען. איך האָב נישט געקאָנט פֿאַרשטיין זייער פֿרעמדע שפּראַך. זיי האָבן אונדז אַרײַנגעשטויסן אין אַ משׂא־אויטאָ צו אַ בנין, וווּ דאָס בלוט האָט זיך געגאָסן אויף דער ערד. איך ווייס, וואָס ס׳וועט געשען מיט מיר, נאָר איך קען גאָרנישט טאָן — בלויז וואַרטן‟.
די מחברים פֿונעם אַנאָנס האָבן דערקלערט, אַז אויב מע גיט נישט די בהמות אַן עלעקטרישן שאָק פֿאַרן קוילען, פֿאַרשטייען זיי גאַנץ קלאָר, וואָס ס׳קומט פֿאָר אינעם פּלאַץ, וווּ מע שעכט זיי. „פּאָליטיקער, בײַט דאָס געזעץ און פֿאַרווערט די ריטואַלע שחיטה!‟
על־פּי־הלכה, מוזן די בהמות דווקא נישט שלאָפֿן, ווען זיי ווערן געשאָכטן. די זעלבע טראַדיציע איז אויך אָנגענומען בײַ די מוסולמענער. אַ טייל אַקטיוויסטן, וואָס קעמפֿן פֿאַר די רעכט פֿון בעלי־חיים, באַטראַכטן עס ווי אַכזריות.
ניקאָלאַס זאָמערשטיין פֿונעם בריסלער „צענטער פֿון דער וועלטלעכער ייִדישער קהילה‟ האָט שאַרף פֿאַרדאַמט דעם אַנאָנס אין זײַן אינטערוויו דער בעלגישער נײַעס־אַגענטור „Belga‟, און באַשולדיקט די אַקטיוויסטן פֿון „Gaia‟ אינעם שאַפֿן „אַ נײַעם בײַשפּיל, ווען די גענאָציד־פֿאַרברעכנס פֿון די נאַציס ווערן פֿאַרוואַנדלט אין אַ נישטיקייט‟. דער „אויספֿיר־קאָמיטעט פֿון די בעלגישע מוסולמענער‟ האָט געטענהט, אַז די ראַדיאָ־קאַמפּאַניע קעגן שחיטה „שמעקט מיט ראַסיזם‟. אַ וואָרטזאָגער פֿון „Gaia‟ האָט אָבער אָפּגעוואָרפֿן די באַשולדיקונגען און געזאָגט, אַז אינעם אַנאָנס איז נישטאָ קיין רמזים וועגן דעם נאַצי־חורבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.