אַבֿרהם פּענגאַס, אַ ניו־יאָרקער ווירטואָז, וואָס שפּילט שוין אַ סך אויף אַ בוזוקי — אַ טראַדיציאָנעלער גריכישער מוזיקאַלישער אינסטרומענט — האָט באַמערקט, אַז בלויז אייניקע אַשכּנזישע ייִדן קאָנען שפּילן די עכטע לעבעדיקע ספֿרדישע מוזיק. ליובאַ דייוויס איז, לויט אים, „אַבסאָלוט זיכער‟ איינע פֿון אַזעלכע יחידים.
דייוויס איז אַ זינגערין, וואָס פֿירט אָן מיט אַן אייגענעם אַנסאַמבל, וואָס שפּילט די ספֿרדישע מוזיק און זינגט לידער אויף לאַדינאָ. איר גרופּע באַשטייט פֿון פֿאַרשיידנאַרטיקע מוזיקאַנטן, וואָס שפּילן אויף אַ בוזוקי, אַן אוד — אַ מיטל־מיזרחדיקער אינסטרומענט, אַ שפּאַנישע גיטאַרע און פּויקן. דער 60־יאָריקע פּענגאַס איז געבוירן געוואָרן אין אַטען, גריכנלאַנד. דער גיטאַריסט נדבֿ לבֿ איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ ישׂראלדיקן קיבוץ. דער פּויקער אָסאַמאַ פֿאַרוק קומט פֿון עגיפּטן, און דער אוד־שפּילער ראַשיד כאַליכאַל — פֿון מאַראָקאָ.
דער אינטערנאַציאָנאַלער כאַראַקטער פֿון דער גרופּע שפּיגלט אָפּ די בונטע געשיכטע פֿון דער שפּראַך לאַדינאָ, וואָס שטאַמט פֿון שפּאַניע, אָבער האָט זיך אַנטוויקלט נאָכן גירוש־ספֿרד אין גריכנלאַנד, אויף די באַלקאַנען, אין טערקײַ, צפֿון־אַפֿריקע און אַנדערע לענדער. לאַדינאָ פֿאַרגלײַכט מען אָפֿט מיט ייִדיש, ווײַל ביידע שפּראַכן זענען פֿאַרבונדן מיט אַ רײַכער פֿאָלקלאָרישער און מוזיקאַלישער טראַדיציע. ביידע האָבן שטאַרק געליטן פֿונעם חורבן.
אין די לעצטע יאָרן, האָבן זיך אַ סך מוזיקאַנטן אַרום דער וועלט פֿאַראינטערעסירט מיט ייִדיש. ס׳איז אויך פֿאַראַן אַ קליינע צאָל ליבהאָבער פֿון לאַדינאָ־מוזיק, וועלכע פּרוּוון זי אויפֿצולעבן און צו פֿאַרשפּרייטן ברייטער. אין איר לעצטן אַלבאָם „Gracia‟, האָט די ניו־יאָרקער זינגערין און קאָמפּאָזיטאָרין שׂרה אַרעסטע צונויפֿגעמישט איר אייגענע מוזיק מיט די קלאַסישע לאַדינאָ־מאָטיוון. דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר, האָט דער ענגלישער „פֿאָרווערטס‟ פֿאַררעכנט דעם דאָזיקן אַלבאָם ווי „איינעם פֿון די בעסטע‟.
גלאָריאַ אַשער, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון דער לאַדינאָ־שפּראַך און ליטעראַטור בײַם טופֿטס־אוניווערסיטעט לעבן באָסטאָן, האָט באַמערקט, אַז די מוזיקאַלישע לאַדינאָ־סצענע האַלט, לעצטנס, אין איין וואַקסן. עס ווײַזן זיך כּסדר נײַע זינגער און קאָמפּאָזיטאָרן, און אַלץ מער מענטשן אינטערעסירן זיך מיט דער ספֿרדישער מוזיק.
די 68־יאָריקע ליובאַ דייוויס איז געבוירן געוואָרן אין בעקלי, שטאַט מערבֿ־ווירדזשיניע. אירע עלטערן זענען געקומען פֿון אוקראַיִנע, אָבער איר באָבע פֿלעגט איר כּסדר דערמאָנען, אַז זייער משפּחה האָט שפּאַנישע וואָרצלען. זי האָט שטודירט מוזיק מיט איר טאַטן, אַ קלאַסישער פֿידלער, און זיך פֿאַרליבט אין דער ספֿרדישער טראַדיציע. שפּעטער האָט זי זיך באַטייליקט אין דער פּראָטעסט־קולטור פֿון סאַן־פֿראַנציסקאָ, אויסמישנדיק אירע קלאַנגען מיט דער ייִדישער נגינה. אַרבעטנדיק ווי אַ קראַנקן־שוועסטער, האָט זי אויפֿגעהאָדעוועט זיבן קינדער, זינגענדיק זיי קלאַסישע וויגלידער אויף לאַדינאָ.
דייוויס האַלט, אַז די ספֿרדישע מוזיק איז באַזונדערס לעבעדיק. די ווערטער פֿון די לידער רופֿן בײַ איר אַרויס אַסאָציאַציעס „מיט דער וואַרעמקייט, זונשײַן און ראָמאַנטיק‟ פֿונעם מיטל־לענדישן ראַיאָן. זי האָט אָנגעהויבן רעקאָרדירט לידער נישט לאַנג צוריק, ווען זי איז שוין געווען 65 יאָר אַלט. איר זון, דוד, האָט געבעטן די מאַמע צו פֿאַראייביקן די לידער, וואָס ער האָט געהערט פֿון קינדווײַז אָן.
מיט דער הילף פֿון דער וועבזײַט „Kickstarter‟, האָט זי במשך פֿון 60 טעג אָנגעזאַמלט 12,000 דאָלאַר צו דעקן די הוצאות, און אָפּגעזוכט די טויגלעכע מוזיקאַנטן. אירע באַקאַנטע האָבן שוין געקענט פּענגאַסן, און כאַליכאַלן האָט זי געטראָפֿן על־פּי צופֿאַל, ווען ער האָט געשפּילט אויף אַן אוד אין דער ניו־יאָרקער מעטראָ.
דאָס טאָפּלטע קאָמפּאַקטל, וואָס די גרופּע האָט אַרויסגעלאָזט מיט צוויי יאָר צוריק, איז געוואָרן פּאָפּולער, און די מוזיקאַנטן האָבן אָנגעהויבן שפּילן אַרום דעם וועלט. מיט אַ יאָר צוריק, האָבן זיי זיך באַטייליקט אינעם גיבראַלטאַרער פֿעסטיוואַל פֿון וועלט־מוזיק און אין דעצעמבער פּלאַנירן זיי אַ קאָנצערט אין ניו־יאָרק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.