ווער איז אַ סאָווע?

Reflections on the Owl

די סאָווע, וואָס איז אַרײַנגעפֿלויגן נישט לאַנג צוריק אין דער ירושלימער שיל „בית כּנסת הגר״אָ‟
www.642.co.il
די סאָווע, וואָס איז אַרײַנגעפֿלויגן נישט לאַנג צוריק אין דער ירושלימער שיל „בית כּנסת הגר״אָ‟

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published October 20, 2013, issue of November 08, 2013.
אַן אַרטיקל וועגן סאָוועס אינעם ענגליש־ייִדישן ענציקלאָפּעדישן ווערבטערבוך פֿונעם יאָר 1924
אַן אַרטיקל וועגן סאָוועס אינעם ענגליש־ייִדישן ענציקלאָפּעדישן ווערבטערבוך פֿונעם יאָר 1924

מיט אַ פּאָר חדשים צוריק, שפּאַצירנדיק צוזאַמען מיט מײַן פֿרוי אין סטאַטען־אײַלענד, האָב איך פּלוצעם דערהערט גלײַך אויף דער גאַס דאָס הוקעניש פֿון אַ סאָווע. שפּעטער, האָבן מיר נאָך עטלעכע מאָל געהערט דאָס געהיימנישפֿולע קול פֿונעם דאָזיקן נאַכט־פֿויגל און איינמאָל דערזען פֿון דער ווײַטנס, ווי ער איז פֿאַרבײַגעפֿלויגן איבער אַן אַלטן פֿאַרלאָזטן צווינטער, צוגעבנדיק דעם פּייזאַזש אַ מיסטעריעזן טעם.

סטאַטען־אײַלענד איז דער ווילדסטער טייל פֿון ניו־יאָרק, פֿול מיט אָפֿיציעלע און אומאָפֿיציעלע פּאַרקן, אַזעלכע ווי דער דערמאָנטער צווינטער. די אַלטע פֿאַרלאָזטע מצבֿות זענען דאָרט באַצירט מיט מאַסאָנישע סימבאָלן. לויט דעם ניו־יאָרקער סבֿיבֿה־דעפּאַרטאַמענט, לעבן אינעם ראַיאָן, צום ווייניקסטן, פֿינף פֿאַרשיידענע מינים סאָוועס. אייניקע תּושבֿים פֿון סטאַטען־אײַלענד האָבן דאָרטן אַפֿילו געזען די אַרקטישע ווײַסע סאָווע — אַ זעלטענער גאַסט אין אונדזערע מקומות.

זײַענדיק אַ ליבהאָבער פֿון אַבסורדישע און פּאַראַדאָקסאַלע געדאַנקען, האָב איך צוגעטראַכט אַ קשיא, אויפֿן סמך פֿונעם באַגעגעניש מיט דער געהיימנישפֿולער נאַכט־באַשעפֿעניש: „ווער איז אַ סאָווע?‟. ווען איך האָב געפֿרעגט מײַן פֿרוי אָט־די קשיא מיט אַ גאַנץ ערנסטן טאָן, האָט זי, צוערשט, זיך געפֿילט געפּלעפֿט. דערנאָך האָט זי זיך געכאַפּט, אַז אויף אַזאַ אַבסורדישער פֿראַגע קאָן מען אויך געבן אַ גלײַכווערטיקן אַבסורדישן ענטפֿער: „אַ סאָווע איז אַ סאָווע‟.

פֿאַרשטייט זיך, האָב איך צוגעטראַכט אַזאַ קשיא ווי אַ שפּאַס. אין מײַן ספֿרים־קאָלעקציע, האָב איך צוויי ווערסיעס פֿונעם פֿרויען־סידור „קרבן־מנחה‟ מיט עבֿרי־טײַטש. ביידע הייבן זיך אָן מיטן „פּרק־שירה‟ — אַן אוראַלטער מדרש, וואָס דערציילט, ווי אַזוי פֿאַרשיידענע באַשעפֿענישן זינגען שירה דעם אייבערשטן. דער טעקסט איז צעטיילט אויף זעקס פּרקים, אײַנגעטיילט לויט די זעקס טעג פֿון מעשׂה־בראשית. די ערשטע צוויי פּרקים זענען געווידמעט אַזעלכע גלאָבאַלע אָביעקטן און נאַטור־פֿענאָמענען, ווי דער הימל, דאָס וואַסער, די וואָלקנס און די בליצן; דער דריטער — פֿאַרשיידענע געוויסקן; דער פֿערטער — די פֿייגל; דער פֿינפֿטער — די חיות; און דער זעקסטער — אַ צאָל אַנדערע באַשעפֿענישן, אַרײַנגערעכנט שלאַנגען און הינט. דער סדר און דער טעקסט שיידט זיך אָבער אונטער אין פֿאַרשיידענע וואַריאַנטן.

די אַלטע ספֿרים מיט עבֿרי־טײַטש זענען נישט בלויז מעכאַנישע איבערזעצונגען. בעצם, שטעלן זיי מיט זיך פֿאָר גאַנץ אָריגינעלע ווערק, וואָס טײַטשן אָפּ דעם אָריגינאַל און גיבן צו חידושדיקע געדאַנקען. ווי אַ פּויל־יוצא פֿון דעם, ווען עס קומט צו געוויסע שווערע ווערטער, באַנוצן זיך די עבֿרי־טײַטשער אָפֿט מיט אַ קונץ, וואָס מאַכט זייערע ווערטער ווייניקער פֿאַרשטענדעך.

ייִדיש און לשון־קודש זענען נישט צוויי ממש באַזונדערע שפּראַכן, נאָר צוויי שיכטן פֿונעם גרויסן ייִדישן שפּראַך־פֿעלד, וואָס נעמט אַרום לשון־קודש, לשון־תּרגום און ייִדיש. ווען מע זעצט איבער אַ בוך פֿון רוסיש אויף ענגליש, מוז מען אויפֿמערקזאַם איבערטײַטשן יעדעס וואָרט. אינעם פֿאַל פֿון עבֿרי־טײַטש איז עס אָבער לאוו־דווקא נייטיק.

די שווערע לשון־קודשדיקע ווערטער זענען דאָך אויך היימיש־ייִדישע. דערפֿאַר, לויט דער לאָגיק פֿון „קרבן־מנחה‟ און „טײַטש־חומש‟, מעג מען זיי פּשוט לאָזן צו רו. אין דער ליובאַוויטשער „קרבן־מנחה‟ שטייט געשריבן, אַז די סנונית זאָגט: „דו גאָט האָסט פֿאַרקערט מײַן קלאָג צו געזאַנג, וואָרעם מע קאָן אַנדערש ניט לויבן גאָט, סײַדן מיט שׂימחה, דערום לויבן דעם אַלמאַכטיקן גאָט.‟

ווער ווייסט אָבער, וואָס פֿאַר אַ מין פֿייגל יענע „סנונית‟ איז, הגם געוויינטלעך פֿאַרשטייט מען עס ווי אַ שוואַלב. לויט דעם זעלבן שטייגער, דערציילט דער עבֿרי־טײַטש, ווי אַזוי אַזעלכע פֿייגל, ווי עגור, טסית און ציה באַזינגען דעם רבונו־של־עולם. אַלץ קלינגט גאַנץ היימיש און ייִדישלעך, אָבער קיין הסבר, ווי אַזוי מע פֿלעגט אָנרופֿן אָט־די פֿייגל אין דער אַמאָליקער ייִדישער ליטע, ווערט נישט אָנגעגעבן.

די צווייטע ווערסיע פֿון „קרבן־מנחה‟, נוסח־ספֿרד, געדרוקט אין ירושלים אויפֿן סמך פֿון אַן אַנדער אַלטער אויסגאַבע, אַנטהאַלט בכלל נישט קיין עבֿרי־טײַטש פֿונעם „פּרק־שירה‟. אַנשטאָט איבערצוזעצן, האָבן די רעדאַקטאָרן אַרײַנגעשטעלט דעם מאמר־חז״ל, איבערגעטײַטשט אויף ייִדיש, לויט וועלכן ווער עס זאָגט דעם „פּרק־שירה‟ יעדן טאָג, וועט זיכער זוכה זײַן צו באַקומען אַ גרויסן שׂכר אין עולם־הבאָ.

לויט אַלטע לעגענדעס, האָט דוד־המלך אַליין צונויפֿגעשטעלט דעם „פּרק־שירה‟. דער גרויסער רבֿ משה תּקו (טאַקו), וועלכער האָט געלעבט אין טשעכיע אינעם 13טן יאָרהונדערט און איז באַקאַנט מיט זײַן קריטיק קעגן די ראַציאָנאַליסטישע פֿילאָסאָפֿן, האָט געגלייבט, אַז שלמה־המלך האָט אָנגעשריבן דעם דאָזיקן טעקסט צוזאַמען מיט זײַן טאַטן. בפּשטות, שטאַמט דער „פּרק-שירה‟ פֿון דער תּלמודישער תּקופֿה, ווען ייִדן האָבן גערעדט אויף אַראַמיש. די נעמען פֿון אַ טייל פֿייגל איז טאַקע שווער אָפּצוטײַטשן.

מײַן פֿרוי האָט מיר געזאָגט, אַז, ווי זי געדענקט גאַנץ קלאָר, באַהאַלט זיך אויך אַ סאָווע צווישן די מיסטעריעזע פֿייגל אינעם „פּרק־שירה‟. עס קומט אויס, אַז אין מײַן אַבסורדישער קשיא שטעקט מער חכמה, ווי מע וואָלט געקאָנט זיך פֿאָרשטעלן. ווער איז טאַקע אַ סאָווע? פֿונעם אינהאַלט איז עס נישט קלאָר, פֿון די אומגעוויינטלעכע נעמען — אויך נישט.

אַ קליינע פֿאָרשונג האָט געוואָרפֿן אַ שײַן אויף דעם ענין. אין דער ווערסיע, וואָס איז געדרוקט געוואָרן אינעם חב״ד־סידור, פֿעלט אַן עלעמענט פֿונעם „פּרק-שירה‟, וווּ עס ווערט דערמאָנט דער פֿויגל „אונכי‟, באַקאַנט אין אַנדערע וואַריאַנטן ווי „רציפֿי‟. לויט אַ טייל מפֿרשים, איז דאָס טאַקע אַ סאָווע. לויט אַן אַנדער ווערסיע איז עס אָבער אַ פֿלעדערמויז אָדער אַ מין טויב.

דער פֿאָלקלאָריסט איציק גאָטעסמאַן האָט מיר אַמאָל דערציילט וועגן זײַן נאָענטער באַגעגעניש מיט דער געהיימנישפֿולער ווײַסער אַרקטישער סאָווע אינעם צפֿונדיקן טייל פֿונעם שטאַט ניו־יאָרק. ער האָט צוגעגעבן, אַז די סאָווע איז „נישט קיין ייִדישער פֿויגל‟, ווײַל זי פֿיגורירט נישט בײַ ייִדן אינעם פֿאָלקלאָר.

דער באַקאַנטער הײַנטצײַטיקער ספֿרדישער רבֿ פּינחס זביחי, וועלכער וווינט אין ירושלים, איז דערמיט נישט מסכּים. אין זײַן ספֿר „תּהילת פּנחס‟ שרײַבט ער, אַז דער פֿויגל „רציפֿי‟ — אַ סאָווע, לויט אַ טייל מפֿרשים — טרייסט די ייִדן מיטן פּסוק פֿון ישעיה־הנבֿיא, „נחמו נחמו עמי יאמר אלקיכם‟, ווײַל די סאָוועס פֿליִען אַרום אין חושך, און פֿאָרט געפֿינען זיי זייער שפּײַז אינמיטן דער נאַכט. פּונקט אַזוי, דערקלערט דער דאָזיקער רבֿ, לעבן ייִדן אינעם חושך פֿונעם לאַנגן גלות. אין דער אמתן, איז עס נישט קיין גרויסער חידוש. רש״י, אין זײַן פּירוש אויף תּהילים, קאַפּיטל ק״ב, פֿאַרגלײַכט אויך דאָס חושכדיקע און אויסבאַהאַלטענע לעבן פֿון סאָוועס מיטן ענין פֿון גלות. אין אַ טייל אַלטע טײַטש־חומשים ווערט אויסגענוצט דער זעלבער קונץ. אויף ייִדיש ווערט דאָרטן דערמאָנט „דער פֿויגל כּוס‟, אָן אַ דערקלערונג, וואָס פֿאַר אַ באַשעפֿעניש דאָס איז.

די אידענטיפֿיקאַציע פֿון פֿייגל איז אַ שווערער ענין אַפֿילו אין אַזאַ יסודותדיקן טעקסט, ווי דער חומש אַליין. רש״יס דעה אין דעם פֿאַל איז קלאָר ווי דער טאָג: ער באַנוצט זיך מיט צוויי פֿראַנצויזישע ווערטער, וואָס זענען נאָך אַלץ אין גאַנג, אין שײַכות צו צוויי מינים סאָוועס אינעם חומש: „כּוס‟ און „ינשוף‟. די אַנדערע מפֿרשים גיבן אָבער צו, אַז „תּנשמת‟, וואָס רש״י טײַטשט איבער ווי אַ פֿלעדערמויז, איז אויך אַ מין סאָווע.

אַגבֿ, אין די אַלטע טײַטש־חומשים ווערט אויסגענוצט דאָס גערמאַנישע וואָרט „אײַלע‟. נחום סטוטשקאָוו באַמערקט אָבער, אַז ס׳איז דײַטשמעריש און באַטאָנט, אַז דאָס עכטע ייִדישע וואָרט איז „אײַל‟. אין דער ליטעראַטור און אין אַנדערע ווערטערביכער זענען אויך פֿאַראַן „פּוהאַטש‟, „פֿילין‟, „אוהו‟, ווי סינאָנימען פֿונעם תּנ״כישן גרויסן „ינשוף‟, און „סיטש‟, דער רוסישער נאָמען פֿון אַ קליין סאָוועלע. די דיאַלעקטאַלע חילוקים קאָנען פֿאַרשאַפֿן די איבערזעצער נישט ווייניק קאָפּ־ווייטיק.

ווי עס האָט איבערגעבן די וועבזײַט „www.642.co.il‟ פֿונעם ירושלימער ראַיאָן „בית וגן‟, איז מיט עטלעכע חדשים צוריק, אין יוני, אַ סאָווע אַרײַנגעפֿלויגן אין דער גרויסער אָרטיקער שיל „בית כּנסת הגר״אָ‟ און האָט זיך אַראָפּגעזעצט אויף די לוחות־הברית איבערן אָרון־קודש. די פֿאָרשטייער פֿון דער שטאָטישער אַדמיניסטראַציע האָבן נישט געקאָנט פֿאַרטרײַבן דעם אומגעוויינטלעכן גאַסט. אַ גאַנצן טאָג איז די סאָווע געשלאָפֿן, און באַנאַכט האָט זי געפֿונען פֿאַר זיך אַ נײַ אָרט — צווישן די ספֿרים אין דער ווײַבער־שיל.

אויף דער דערמאָנטער וועבזײַט ווערט דערקלערט אויף העברעיִש, כּדי מע זאָל קלאָר פֿאַרשטיין, אַז דאָס איז געווען אַ „ינשוף‟ אָדער אַ „סאווא‟, וואָס קאָן נישט זען בײַטאָג. אין דער אמתן, להיפּוך צו דער דאָזיקער באַקאַנטער פֿאָלקס־לעגענדע, קאָנען סאָוועס זען בײַטאָג גאַנץ גוט. אויף דער באַקאַנטער פֿרומער וועבזײַט „בחדרי חרדים‟ האָט מען פֿאַרענפֿטלעכט וועגן דעם אַן אַרטיקל, אין וועלכן דער מחבר האָט זיך טאַקע געחידושט, „ווער איז אַ סאָווע?‟ — דהײַנו, וועמענס גילגול איז דאָס? אַ טייל מענטשן האָבן זיך משער געווען, אַז דער רעטענישפֿולער וויזיט האָט צו טאָן מיט דער פּטירה פֿונעם באַקאַנט רבֿ יהושע־ישעיה נויבערט.



Highlight or double-click any word to see its English translationxDon't show again
loading