קיינער הייבט נישט אָן צו וויסן, וווּ עס זײַנען אַהינגעקומען די קינדער פֿון אונדזערע מערדער. אײַכמאַנס קינדער זײַנען מסתּמא געבליבן אין אַרגענטינע, און אַ צאָל פֿון זיי לעבן נאָך אויס זייערע יאָרן אין דײַטשלאַנד. דער מחבר פּיטער סיכראָווסקי האָט אַמאָל אַרויסגעגעבן צוויי ביכער. אין איינעם פֿון זיי האָט ער געפֿירט שמועסן מיט די קינדער פֿון אונדזערע מערדער, און אין צווייטן בוך — שמועסן מיט די קינדער פֿון געראַטעוועטע פֿון די טויט־לאַגערן.
רודאָלף העס איז געווען נישט בלויז דער קאָמענדאַנט אין אוישוויץ, נאָר אויך איינער פֿון די גרעסטע מאַסן־מערדער אין דער מענטשלעכער געשיכטע. ער האָט איבערגעבויט אַלטע באַראַקן און זיי פֿאַרוואַנדלט אין קרעמאַטאָריעס, וואָס זײַנען געווען מסוגל צו טויטן צוואַנציק טויזנט ייִדן אַ שעה. דאָרט זײַנען פֿאַרברענט געוואָרן מיליאָנען ייִדן, טויזנטער ציגײַנער און פּאָליטישע אַרעסטאַנטן, און איך רעד בלויז וועגן אוישוויץ.
דער זעלביקער רוצח האָט געעפֿנט דאָס מענטשלעכע שעכט־הויז אין אַ קליין און געמיטלעך פּויליש שטעטעלע, וואָס האָט געהייסן אָשוויענטשים, און באַזעצט דאָרט זײַן ווײַב און קינדער אין אַ פּרעכטיק הויז גלײַך לעבן דעם טויטן־לאַגער, אויף אַזוי פֿיל, אַז מען האָט אַפֿילו געזען דורכן פֿענצטער דעם רויך פֿון די קרעמאַטאָריעס. די טאָכטער און מוטער האָבן גערופֿן דאָס אָרט זייער גן־עדן. די חבֿרה באַדינער פֿון דער העס־פֿאַמיליע זײַנען געווען קוכער און קעכינס, ניאַנקעס, גאָרטן־אָנגעשטעלטע, שאָפֿערן, שנײַדערקעס, פֿריזירער און שטוב־רוימערקעס; אַלע — אַרעסטאַנטן פֿון אוישוויץ.
די העסעס האָבן זיך אײַנקוואַרטירט אַנטקעגן די קרעמאַטאָריעס און אויסמעבלירט עס אין לוקסוריעזע מעבל און קונסט־ווערק, וואָס זיי האָבן אָנגעראַבעוועט בײַ די ייִדן. זיי האָבן געפֿירט אַ טעגלעך לעבן אין ראָסקאָש בשכנות מיטן גהינום אויף דער וועלט. יעדן זונטיק האָט העס געפֿירט זײַנע קינדער צו די פֿערד וואָס זיי האָבן פֿאַרמאָגט, אין איינעם מיט די יאַגד־הינט. די קינדער האָבן געוווּסט מיט וואָס זייער טאַטע פֿאַרנעמט זיך; געווען צײַטן, ווען זיי האָבן געשפּילט מאַסקאַראַדן אין קאָסטיומען מיט דער געלער לאַטע.
און אָט קום איך צו העסעס טאָכטער, ברידזשיטאַ העס, וועלכע האָט זיך נאָך דער מלחמה באַזעצט אין צפֿון־ווירדזשיניע אין איינעם פֿון די אַמעריקאַנער שטאַטן. דרײַסיק יאָר נאָכאַנאַנד האָט זי געאַרבעט אין וואַשינגטאָן ווי אַ מאָדעלקע, בײַ אַ ייִדישער משפּחה, וואָס האָט געוווּסט איר פֿאַרגאַנגענהייט, און פֿאָרט זי געהאַלטן בײַ דער אַרבעט אין זייער לוקסוריעזן קליידער־סאַלאָן. אַ חוץ דער ייִדישער משפּחה האָט קיינער נישט געוווּסט ברידזשידאַס פֿאַרגאַנגענהייט, נישט אירע קינדער און נישט אירע אייניקלעך. זי האָט זיך מיטן סוד אַרומגעטראָגן גאַנצע פֿערציק יאָר. און אַזוי ווי זי האָט לעצטנס געפֿײַערט איר אַכציקסטן געבוירן־טאָג, האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז לויט די נאַציאָנאַלע אַרכיוון אין קאָלעדזש־פּאַרק אין וואַשינגטאָן, שטייט געשריבן, אַז ברידזשיטאַ העס איז געבוירן געוואָרן אין 1933 און אויסגעוואַקסן אין דער יוגנט־באַוועגונג, וואָס האָט פּראָקלאַמירט ראַסן־ריינקייט. זי איז געווען איינע פֿון צוויי מיידלעך און דרײַ ייִנגלעך. זיי האָבן געלעבט אין דאַכאַו, זאַקסנהאַוזען, און אין אַשוויענטשים, ביז זי איז אַלט געוואָרן עלף יאָר.
אין אַפּריל 1945, בײַם סוף פֿון דער מלחמה, איז רודאָלף העס אַנטלאָפֿן אויף צפֿון. ער און זײַן ווײַב האָבן זיך צעטיילט מיט די יוצרות: די פֿרוי האָט גענומען די קינדער און געפֿונען אַ באַהעלטעניש אין אַ צוקער־פֿאַבריק נישט ווײַט פֿון דער גרענעץ מיט דענמאַרק. דאָרט האָבן זיי געוואַרט אויפֿן אַ ריכטיקן מאָמענט צו שוואַרצן די גרענעץ און כאַפּן אַ שיף קיין אַרגענטינע. איז עס זיי נישט געלונגען.
העס אַליין האָט זיך געביטן זײַן נאָמען און האָט געאַרבעט אויף אַ פֿאַרם פֿיר קילאָמעטער פֿון דער גרענעץ פֿון דענמאַרק. ווען די ענגלענדער, אַ טייל פֿון די אַליִיִרטע, האָבן פֿאַרכאַפּט דײַטשלאַנד אין 1946, האָבן זיי אַנטדעקט העסעס עלטערן זון קלאַוס, וועלכער האָט זיך אויסבאַהאַלטן מיט דער מוטער און דעם רעשט פֿון קינדער. זיי האָבן דעם זון אַרעסטירט און דערלאַנגט שווערע מכּות. צו פֿאַרהיטן דעם זון פֿון טויט, האָט די מוטער אויסגעגעבן דאָס אָרט, וווּ איר מאַן באַהאַלט זיך אויס.
העס האָט אָפּגעלייקנט, אַז ער איז געווען דער קאָמענדאַנט פֿון אוישוויץ, אָבער זיך מודה געווען אין דער הריגה און פֿאַרניכטונג פֿון די ייִדן. די ענגלענדער האָבן אים איבערגעגעבן צו די אַמעריקאַנער, וועלכע האָבן אים געצוווּנגען זיך מודה צו זײַן בײַם נירנבערגער פּראָצעס. זײַן שטראָף איז געווען אַזאַ… מען האָט אים איבערגעגעבן צו די פּאָליאַקן, וועלכע האָבן אים אויפֿגעהאָנגען לעבן די קרעמאַטאָריעס פֿון אוישוויץ.
אין די 1950ער יאָרן איז זײַן טאָכטער ברידזשיטאַן געלונגען זיך אַרויסצושלײַכן פֿון דײַטשלאַנד און אָנקומען קיין שפּאַניע. און אַזוי ווי זי איז געווען אַ גרויסע שיינקייט האָט זי געפֿונען אַרבעט אין באַלענציאַגאַ־הויז פֿון נײַע פֿאַסאָנען. דאָרט האָט זי באַגעגנט אַן אירלענדישן אַמעריקאַנער אינזשעניר, וועלכער האָט געאַרבעט אין מאַדריד פֿאַר אַן אַמעריקאַנער פֿירמע אין וואַשינגטאָן. אין יאָר 1961 האָבן זיי חתונה געהאַט און זי האָט געבוירן אַ זון מיט אַ טאָכטער.
ווען זי האָט זיך מודה געווען פֿאַר דער ייִדישער משפּחה אין וואַשינגטאָן, האָט זי געטענהט, אַז זי איז געווען אַ קרבן פּונקט ווי אַלע. זיי האָבן געקויפֿט אַ הויז אין דזשאָרזשטאַון און אַזוי איז איר אויסגעקומען צו אַרבעטן אין דעם קליידער־סאַלאָן בײַ ייִדן. זי האָט אויסגעפֿונען, אַז די באַזיצער פֿונעם סאַלאָן זײַנען נישט בלויז געווען ייִדן, נאָר געראַטעוועטע פֿונעם חורבן. און ווען זי האָט זיי אויסגעזאָגט ווער זי איז, האָבן זיי עס פֿאַרגלעט; אַזוי אַרום איז איר אויסגעקומען צו אַרבעטן פֿאַר זיי גאַנצע 35 יאָר. ווען דאָס פּאָרפֿאָלק האָט פּענסיאָנירט, האָט זי שוין זעלטן געהערט פֿון זיי; זי איז געווען זיכער, אַז זיי זײַנען אַוועק קיין ישׂראל.
אין 2009 האָט ברידזשיט באַשלאָסן אָפּצושטאַטן אַ וויזיט אין אוישוויץ מיט איר אייניקל. ווען זי האָט אים דערציילט די געשיכטע פֿון זײַן זיידן, האָט ער זיך אויסגעדרייט צו איר מיט די ווערטער:
„ווען איך ווייס, וווּ דער זיידע ליגט באַגראָבן, וואָלט איך זיך נוקם געווען אין אים און איבערגעלאָזט מײַן השתּנה אויף זײַן קבֿר‟. זי וווּנדערט זיך: „מיליאָנען ייִדן זײַנען אומגעקומען, איז ווי אַזוי קענען זײַן אַזוי פֿיל געראַטעוועטע ייִדן? מײַן פֿאָטער איז געווען אַ גוטער און סענסיטיווער מענטש, ער האָט זיך מודה געווען נאָר צוליב דער פּײַניקונג.‟
אָט אָ דאָ ליגט דער הונט באַגראָבן, ליבע פֿרײַנט. דער אַלטער דור דײַטשן זײַנען נאָך אַלץ אַדורכגעפֿוילט מיטן ייִדן־האַס. לאָמיר האָפֿן, אַז די נײַע דורות דײַטשן וועלן קומען צום שׂכל און ווערן מענטשן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.